רוי:עגלע בענדיקייטע

ווערסיע פון 01:15, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכקייט" ב־"ליכקייט")

 

עגלע בענדיקייטע (Eglė Bendikaitė) (געבוירן 1976) איז אַ ליטווישע היסטאריקערין און אוניווערסיטעט־לערערין פאַר אידיש.

ביאגראפיע

עגלע בענדיקייטע איז זינט 2001 אוניווערסיטעט־לערערין פאַר ייִדיש ביים ווילנער ייִדיש אינסטיטוט אין ווילנער אוניווערסיטעט, און זינט 2002 אָנגעשטעלט בתּורת פאָרשערין ביים ליטווישן אינסטיטוט פאַר געשיכטע אין ווילנע. זינט 2012 פאָרשט זי ביים אינסטיטוט פאַר גלאָבאַלע און אייראָפעישע שטודיעס ביים לייפּציגער אוניווערסיטעט.

2006 האָט זי אויסגעגעבן דאָס בוך "די ציוניסטישע באַוועגונג אין ליטע" (אויף ליטוויש).

ד"ר בענדיקייטע פאָרשט וועגן דער געשיכטע פון ייִדישע פּאָליטישע און קולטורעלע באַוועגונגען אין ליטע צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, דער געשיכטע פון אַנטיסעמיטיזם אין ליטע און דער געשיכטע פון וואַנדערונגען פון אידן אין ליטע.

זי האָט אָרגאַניזירט דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון "דאָס לעבן, ווערק און ווירקן פון יעקב ראָבינזאָן" דעם 22סטן אָקטאָבער 2007 אין קאָוונע. עס איז געווען געווידמעט דעם פעלקעררעכט־יוריסט, פּאָליטיקער און היסטאריקער יעקב ראָבינזאָן (העברעיש׃ יעקב רובּינזון).

ביים אינסטיטוט פאַר גלאָבאַלע און אייראָפעישע שטודיעס ביים לייפּציגער אוניווערסיטעט פאָרשט ד"ר בענדיקייטע זינט 2012 וועגן "דעם לעבן, ווערק און ווירקן פון שמשון ראזנבוים. פּאָליטישע ביאָגראַפיע פון אַ גרויסער מנהיג־פּערזענליכקייט פון די ציוניסטישע באַוועגונג".

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!