רוי:רבי שלמה זלמן אויערבאך

ווערסיע פון 01:10, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "([^ש])לעכט" ב־"$1ליכט")
רבי שלמה זלמן אויערבאך
באלאנג ליטווישע
באשעפטיגונג הלכה, תלמוד, דת ומדע, הלכה ורפואה
זיינע רביס זיין פאטער, הרב חיים יהודה לייב אויערבאך
הרב אברהם יצחק הכהן קוק
הרב איסר זלמן מעלצער
הרב שמשון אהרן פאלאנסקי
תלמידים

זיין ברודער הרב אברהם דב אויערבאך
זיינע זין הרב שמואל אויערבאך, הרב עזריאל אויערבאך
זיין איידעם הרב זלמן נחמיה גאלדבערג
הרב יהושע ישעיה נויווירט
הרב ישראל מאיר לאו
הרב יעקב יוסף

הרב אביגדור הלוי נעבענצאל
חיבורים מאורי אש

הרב שלמה זלמן אויערבאך (כ"ג תמוז ה'תר"ע - כ' אדר א' ה'תשנ"ה; 30סטן יולי 1910 - 19טן פעברואר 1995) איז געווען ראש ישיבה פון קול תורה, און פון די חשובסטע פוסקים אין די ת"ש יארן.

לעבנסגעשיכטע

 
קול תורה ישיבה וואו הרב שלמה זלמן אויערבאך איז געווען ראש ישיבה 50 יאָר

רבי שלמה זלמן איז געווען דאס ערשטע קינד געבוירן אין דעם שערי חסד פערטל פון ירושלים געגרינדעט דורך זיין זיידן הרב שלמה זלמן פרוש, נאך וועמען ער האט געהאט א נאמען. ער איז געבוירן כ"ג תמוז ה'תר"ע. זיין פאטער איז געווען הרב חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש ישיבה פון דער מקובלים ישיבה שער השמים, א זון פון רבי אברהם דוב אויערבאך פון טשערנאוויץ; ער האט געשטאמט פון הרב אברהם דוב בער אויערבאך (פאטער פון דער אויערבאך משפחה), וואס איז געווען אן איידעם פונעם תולדות יעקב יוסף פון פאלאנע און א מחותן פונעם בעל שם טוב). זיין מוטער צביה איז געווען פון דער ירושלמי פרוש משפחה, א טאכטער פון הרב שלמה זלמן פרוש.

הרב אויערבאך האט געלערנט אין ישיבת עץ חיים, וואו ער איז געווארן א תלמיד מובהק פון הרב איסר זלמן מעלצער, וואס האט געגעבן א הסכמה אויף זיין ספר מאורי אש, וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין תרצ"ה; אויך ברענגט ער רבי שלמה זלמן אין זיין ספר אבן האזל. דער ספר מאורי אש, וועגן ניצן עלעקטריע שבת, וואס ער האט ארויסגעגעבן ביי דער עלטער פון 24, האט זוכה געווען אויך צו הסכמות פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק, הרב אבא יעקב הכהן באראכאוו און הרב חיים עוזר גראדזענסקי.[1]

אום י"ד אדר ה'תר"צ האט ער געהייראט חיה רבקה, טאכטער פון ר' לייב רוחמקין. נאך דער חתונה האט ער געלערנט ווייטער אין ישיבת עץ חיים. אין תרצ"ב האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס אויפן שב שמעתתא. פון תרצ"ה האט ער געלערנט נאכמיטאג אינעם כולל של הרב הירש פסח פראנק, "מדרש בני ציון", וואו מ'האט עוסק געווען אין סדר זרעים און הלכות מצוות התלויות בארץ. אין תש"ד האט ער ארויסגעגעב זיין ספר "מעדני ארץ" וועגן שמיטה.

נאך דער פטירה פון רבי יחיאל מיכל שלעזינגער אין תש"ט, גרינדער און ערשטער ראש ישיבה פון קול תורה, האט מען געבעטן רבי שלמה זלמן איבערצונעמען די פירערשאפט פון דער ישיבה. ער איז געבליבן אין דעם אמט קרוב צו פופציג יאר.[2]

אין זיינע שפעטערע יארן האט מען פארעפנטליכט טייל פון זיינע תשובות אין שוֹ"ת מנחת שלמה.

ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ' אדר ה'תשנ"ה, און ביי זיין לוויה האבן באטייליגט הונדערטער טויזנטער מענטשן. מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות אין ירושלים.

 
מצבה פון הרב שלמה זלמן אויערבאך אויף וואס שטייט געשריבן: "העמיד תלמידים הרבה בישיבת קול תורה" (ער האט אויפגעשטעלט א סך תלמידים אין דער קול תורה ישיבה)

דער רמת שלמה פערטל אין ירושלים איז גערופן אויף זיין נאמען. אזוי אויך האט מען געגרינדעט די ישיבת משכן שלמה אין ירושלים און ישיבת חכמת שלמה אין בני ברק אויף זיין נאמען.

משפחה

זין:

טעכטער:

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. שלמה זלמן אויערבך, מאורי אש, ירושלים תרצ"ה
  2. מוסטער:שבת בשבתו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!