רוי:וואקסין

ווערסיע פון 01:04, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכן" ב־"ליכן")
יונה סאלק אין יאר 1955 מיט צוויי צעלקולטור־פלעשער פאר וואקסן קינדער־פאראליז וואקסין.

א וואַקצין איז אַ ביאלאגישע צוגרייטונג וואס שאפט אימוניטעט צו אַ געוויסן קרענק . א וואַקצין איז טיפיש כּולל אַן אַגענט וואס איז ענליך צו אַ קרענק־גורם מיקראָאָרגאַניזם און איז אָפט געמאכט פון פארשוואכטע אָדער געהרגעטע פארעמען פון דעם מיקראָב אדער זיינע טאקסינען אָדער איינער פון זיינע אייבערפלאַך פּראָטעינען. דער אַגענט סטימולירט דעם קערפער'ס אימון־סיסטעם צו דערקענען דעם אַגענט ווי אַ סכנה, צעשטערן עס, און ווייטער צו דערקענען און צעשטערן אלע מיקראָאָרגאַניזמען פארבונדן מיט יענעם אַגענט וואס ער וועט טרעפן אין דער צוקונפט. וואַקסינען קענען זיין פּראַפילאַקטיש (צום ביישפּיל: צו פאַרמיידן אָדער פאַרבעסערן די עפעקטן פון אַ צוקונפטדיקער אינפעקציע דורך אַ נאַטירליכן אָדער א "ווילדן" פּאַטאגען ), אָדער טעראַפּעווטיש (למשל, וואַקסינען קעגן ראַק וואס מען פארשט אויס).[1][2][3][4]

די אַדמיניסטראַציע פון וואַקסינען ווערט גערופן וואַקסינאציע . וואַקסינאַציע איז דאס מערסט עפעקטיווע אופן פון פארמיידן אינפעקטיווע קראנקייטן;[5] פארשפרייטער אימוניטעט צוליב וואַקסאַניאציע איז די גרעסטע סיבה פאַר דער גלאבאלער אויסווארצלונג פון פאקן און די באגרעניצונג פון חולאתן ווי קינדער־פּאראליז, מאזלען, און טעטאַנוס פון א גרויסן טייל פון דער וועלט.

רעפערענצן

  1. Melief CJ, van Hall T, Arens R, Ossendorp F, van der Burg SH (September 2015). "Therapeutic cancer vaccines". The Journal of Clinical Investigation. 125 (9): 3401–12. doi:10.1172/JCI80009. PMC 4588240. PMID 26214521.
  2. Bol KF, Aarntzen EH, Pots JM, Olde Nordkamp MA, van de Rakt MW, Scharenborg NM, de Boer AJ, van Oorschot TG, Croockewit SA, Blokx WA, Oyen WJ, Boerman OC, Mus RD, van Rossum MM, van der Graaf CA, Punt CJ, Adema GJ, Figdor CG, de Vries IJ, Schreibelt G (March 2016). "Prophylactic vaccines are potent activators of monocyte-derived dendritic cells and drive effective anti-tumor responses in melanoma patients at the cost of toxicity". Cancer Immunology, Immunotherapy. 65 (3): 327–39. doi:10.1007/s00262-016-1796-7. PMC 4779136. PMID 26861670.
  3. Brotherton J (2015). "HPV prophylactic vaccines: lessons learned from 10 years experience". Future Virology. 10 (8): 999–1009. doi:10.2217/fvl.15.60.
  4. Frazer IH (May 2014). "Development and implementation of papillomavirus prophylactic vaccines". Journal of Immunology. 192 (9): 4007–11. doi:10.4049/jimmunol.1490012. PMID 24748633.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!