רוי:ארטיקל (גראמאטיק)

ווערסיע פון 12:44, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ענלעך" ב־"ענליך")

ווען מ'ווייסט פון וועלכן אביעקט מען רעדט, ניצט מען א געוויסיקן ארטיקל (דער, די, דאס, דעם); אנדערש ניצט מען אן אומגעוויסיקן ארטיקל (אַ, אַן), אבער נאר אין איינצאל—אין מערצאל האט יידיש נישט קיין אומגעוויסיקן ארטיקל.

דערקלער־טאַבעלע - אַרטיקלען

און אין איינצאל (לשון יחיד) ווי פאלגנד:

  • נארמאל אויב דאס זאכווארט געפינט זיך אין דער אנהייב פון דעם זאַץ, קומט דער פארן מענלעכן מין, די פארן ווייבלעכן מין און דאס פאר'ן נייטראלן מין. (דער מאן, די פרוי, דאס קינד), און דאס הייסט "נאָמינאַטיוו".
  • אויב קומט דאס ווארט באשרייבן "וועמען", דאן קומט דעם אין א מענליכע פארם (איך נעם דעם מאן), די אין א ווייבליכער פארם (איך נעם די פרוי) דאס אין א נייטראלער פארם (איך נעם דאס קינד). און דאס הייסט "אַקוזאַטיוו".
  • אויב קומט דאס זאכווארט מיט א שייכות צו א פריעריקן ווארט, ווי צום ביישפיל: מיט, צו, אונטער אד"ג, קומט דעם אין מענלעכן מין, דער אין א ווייבלעכן מין און דעם אין נייטראלן מין. (איך גיי מיט דעם (אדער אין קורצן "מיטן") מאן, איך גיי צו דער מאמע, איך בין אונטער דעם (אונטערן) קינד).
נאָמינאַטיוו אַקוזאַטיוו דאַטיוו
יחיד, זכר (מענליך) דער דעם דעם
יחיד, נקבה (ווייבלעך) די די דער
יחיד, נייטראַל דאָס דאָס דעם
רבים (מערצאל) די די די
  1. נאָמינאַטיוו (ווער אדער וואס): איז דער סוביעקטיוו (זאכטייל) פונעם זאץ. דאס קומט אין אלגעמיין ביים אנפאנג פון דעם זאץ.
  2. דאַטיוו: איז דער אומדירעקטער אביעקט און דאס קומט אין אַלגעמיין מיט א פארבינדונג-ווארט. (צומאָלן באַהאלטן).
  3. אַקוזאַטיוו: איז דער דירעקטער אביעקט און דאס קומט קיינמאל נישט מיט א פארבידונג-ווארט (מיט, צו, אונטער, אויף אדג"ל). אַקוזאַטיוו איז אין גלייכן צו העברעיש "את ה": הוא לקח את הפטיש.

ביישפּילן:

  • דער מאַן איז דער גבאי פון אונזער שול (ביידע נאָמינאַטיוו)
  • דאָס קינד (נאָמינאַטיוו) זאָגט צו דער (דאַטיוו) מאַמע.
  • איך גיב דער פרוי א בוך.
  • מיר וועלן זען דעם זיידן.
  • דעם גאַנצן (אַקוזאַטיוו) זומער האָבן מיר פאַרבראַכט אין צפון פון לאַנד
  • איך האָב געזען משהן (אַקוזאַטיוו) אין גאַס.
  • די (נאָמינאַטיוו) יידישע וויקיפעדיע איז זייער רייך, קום ביטע באַזוכן די (אקוזאטיוו) יידישע וויקיפּעדיע?
  • די מאַמע טוט אָן דעם קינד דאָס מאַנטעלע. (ערשטער: דאטיוו. צווייטער: אקוזאטיוו)
  • ער שיקט (צו) דער (דאַטיוו) כלה אַ בוקעט בלומען.

אויפמערק! נאָך אַ נו"ן קומט קיינמאל נישט אַ צווייטער נו"ן נאָר אַ מי"ם. צב"ש: אַ שיינעם/פיינעם דאַנק" און נישט "אַ שיינען/פיינען דאַנק".

די פאלגענע ליסטע זענען א טייל פון פארבינדונג-ווערטער וואס קומט אימער מיט דאַטיוו:

  • באַקומען - (דאָס עסן באַקומט דער קראַנקער פרוי)
  • איינגעבן זיך
  • באַשערט זיין
  • ביישטיין
  • גלייבן
  • געהערן
  • געלינגען
  • געפעלן
  • געראָטן
  • דאַנקען
  • דינען
  • העלפן

איבערבליק פון פעלער

נאָמינאַטיווער (ערשטער) פאַל

דער נאָמינאַטיווער פאַל אָדער נאָמינאַטיוו איז דער פאַל פונעם סוביעקט פונעם זאַץ (דאָס הייסט פון דעם "טוער"), צום ביישפּיל: דער מענטש איז געגאַנגען, די טיר איז אָפן, דאָס קינד האָט געוויינט. אאַז"וו.

אַקוזאַטיווער (צווייטער) פאַל

דער אַקוזאַטיווער פאַל אָדער אַקוזאַטיוו איז ווען מען באַניצט זיך מיט א הויפטווארט דירעקט נאך א צייטווארט. צ.ב.ש. דער מענטש האט אויפגעהויבן דעם טיש, די מאַמע האט געעפנט די טיר. דער רבי האט געגלעט דאָס קינד. א.א.וו.

דאַטיווער (דריטער) פאַל

דער דאַטיווער פאַל אָדער דאַטיוו איז ווען דאָס הויפטווארט ווערט באנוצט אלץ א זאך וואס באקומט עפעס. צ.ב.ש. דער טאַטע האט געגעבן פאר דעם אינגל א צוקערל. די באלעבאסטע האט דערלאנגט דער דינסט דעם בעזים. די מאַמע האט אנגעטון דעם קינד די שיך.

כללים פון ארטיקלען אין דער יידישער שפראך

יוצאים מן הכלל וואס באקומען ניט ארטיקלען

  • נעמען פון פערזאנען קומען אָן ארטיקלען, משה און ניט דער משה, סיידן מען ניצט אן אדיעקיוו ווי דער רויטער משה.
  • נעמען פון שטעט קומען אָן ארטיקלען, ירושלים און ניט דער ירושלים, סיידן מען ניצט אן אדיעקיוו ווי דער שיינער ירושלים. אבער נעמען פון בערג און טייכן קומט יא מיט אן ארטיקל: דער חרמון, דער ירדן פליסט.
  • נעמען פון לענדער קומען אפטמאל אן דעם ארטיקל. למשל, אין ענגלאנד, אין ישראל. אבער א לאנד וואס געהערט צום ווייבלעכן מין מוז האבן דעם ארטיקל נאך "אין", למשל: אין דער שווייץ, אין דער ליטע.
  • גאט, משיח, אידן אדג"ל קומען א סך מאל אן ארטיקלען. סיידן מען ניצט אן אדיעקיוו ווי דער אלמעכטיקער גאט.
  • ראשי תיבותן פאר נעמען פון פערזאנען אדג"ל קומען א מאל מיט און א מאל אן אן ארטיקל: דער רמב"ם, דער של"ה, רש"י, ייווא, תנ"ך, שולן אאז"וו.
  • ווערטער וואס דער רעדער נעמט אן אז דער ליינער ווייס פון וואס מען רעדט, קומט צומאלן אן אן ארטיקל: אין שול, אין וואלד, אין גאס, אין מארק. אבער ווען עס קען זיין יעדער ארט קומט עס מיט אן ארטיקל: אין א שול, אין א וואלד אאז"וו.

לשון קודש ווערטער

רוב לשון-קודש ווערטער, געהערן צום מענלעכן מין. דוגמאות: דער שבת, דער טעות, דער יום-טוב, דער פּורים, דער חודש, דער סך-הכּל, דער נס, דער פּרוכת, דער טלית, דער ביקור-חולים. י

העברעישע ווערטער וואס ענדיקן זיך מיט א "ה" געהערן צו לשון נקבה. ווי צב"ש די עליה, די מלחמה, די חכמה, די חיה, די נבואה, אדג"ל.

לשון קודש ווערטער וועלכע באציען זיך צו א ווייבערישן מין, ווי פרויען און חיות, זענען אין אלגעמיין לשון נקבה. ווי צב"ש: די צדיקת.

רוב לשון-קודש ווערטער וואס לאזן אויס "-ות" זענען לשון סתם: דאָס אַחדות, דאָס אחריות, דאס גלות, דאס חיות, דאס חסידות.

ביישפילן פון סובסטאנטיוון

  סובסטאנטיוו

דער איד, דער ארטיקל, דער טיש, דער שליסל, די בעט, די האנט, די וויקיפעדיע, די טיר, די קאטעגאריע, די ראזשינקע, די שטאט, די שפראך, דאס בוך, דאס ברויט, דאס הויז, דאס ווארט, דאס לאנד, דאס עסן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!