רוי:ביל די בלאזיא

ווערסיע פון 09:51, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

[[טעקע:{{#אייגנשאפט:p18}}|קליין|ביל די בלאזיא]] ביל די בלאַזיא (געב' ווארען ווילהעלם דעם 8טן מיי 1961) איז דער 109טער און היינטיקער בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי. פון 2010 ביז 2013 איז ער געווען דער ניו יארק סיטי פובליקער אדוואקאט. אין 2013 איז ער געווען דער דעמאקראטישער קאנדידאט פאר בירגערמייסטער. ביי די וואלן דעם 5טן נאוועמבער 2013 האט מען אים געוויילט מיט 73% פון די שטימען צו ווערן דער ערשטער דעמאקראטישער בירגערמייסטער פון ניו יארק זייט 1994.

ביאגראפיע

די בלאזיא איז געבורין געווארן אין ניו יארק צו א פאטער פון דייטשער אפשטאמונג און אן איטאליענישער מוטער, און ער איז אויפגאוואקסן אין מאסאטשוסעטס. ער האט באקומען זיין ערשטן דיפלאם פון ניו יארק אוניווערסיטעט און א צווייטן דיפלאם פון קאלומביע אוניווערסיטעט.

ער וואוינט אין פארק סלאופ ברוקלין מיט זיין שווארצער ווייב שירלעין און א זון דאנטע מיט א טאכטער קיארא.

זײַט ער איז בעשוואוירען אלס בירגערמייסטער וואוינט ער אויך אין גרעיסי מענשאן, דאס איז די אפיציעלע וואוינונג פון בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי.[1]

רעפערענצן

  1. http://www.theguardian.com/world/2013/dec/11/nyc-mayor-bill-de-blasio-gracie-mansion פֿאַרטײַטשט די קאָפ־שׁוּרוֹת: אױסגעװעלטע בירגערמײסטער פֿון ניו יאָרק, ביל די בלאַזיאָ, איז מוֹדיע אַז ער װעט װאױנען אין גרעיסי מענשאָן. די בלאַזיאָ, זײַן װײַב מיט צװײ קינדער, װעלען זיך צעביסליכװײַז איבערציען פֿון פאַרק־סלאָופ אין ברוקלין צו דער שױן לאַנג־נישט־באַזעצטע בירגערמײסטער־װאױנונג אין מאַהעטן.

וועבלינקען

פריערדיגער:
ערשטער
בירגערמייסטער פון ניו יארק
2014-היינט
נאָכפאלגער:
היינטיגער