רוי:דאן

ווערסיע פון 10:31, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
דאן
Donrivermap he.png

דער דאָן (מוסטער:שפראך-RU) איז איינער פון די הויפּט טייכן פון רוסלאַנד. ער הייבט אָן אין דער שטאָט נאָוואָמאָסקאָווסק 60 קילאמעטער דרום־מזרח פון טולאַ, דרום־מזרח פון מאָסקווע, און פלוסט אַ ווייטקייט פון עטליכע 1,870   קילאמעטער (1,162 מייל) צום ים פון אַזאָוו.

פון זיין מקור שטראָמט דער טייך ערשט דרום־מזרח צו וואָראָנעזש, דערנאָך דרום־מערב צו זיין לעפצונג. די הויפּט שטאָט אויף דעם טייך איז ראָסטאָוו אויפן דאָן, און זיין הויפּט בייטייך איז דער דאָנעץ .

געשיכטע

אין אוראלטע צייטן איז דער טייך געווען געזען ווי דער גרעניץ צווישן אייראָפּע און אזיע.[1]

אין זיין מזרחדיקסטן פונקט, קומט דער דאָן נאנט צום וואָלגאַ און דער וואָלגאַ-דאָן קאַנאַל (לענג 105 ק"מ בערך), וואָס פארבינדט די ביידע טייכן, איז געווען אַ הויפּט וואסער־רוטע. די כאַזאַר פעסטונג סאַרקעל פלעגט באַהערשן דעם פונקט אין דעם מיטל עלטער. ביי דעם טייל פון דעם טייך האט פאסירט אָפּעראַציע אוראַנוס, איינער פון די קערפונקט פון דער צווייטער וועלט-מלחמה .

קוקן איבער דעם דאָן טייך

הערות

  1. Norman Davies (1997). Europe: A History. p. 8. ISBN 0-7126-6633-8.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


רעפערענצן