רוי:דיאדע
א דיאדע איז אן עלעקטראנישער באשטאנדטייל מיט צוויי עלעקטראדן וואס א סיגנאל קען גיין צווישן זיי.
דיאדעס ווערן מערסטנס געניצט צו לאזן אן עלעקטרישער שטראם צו שטראמען אין איין ריכטונג אבער נישט אין דער פארקערטער ריכטונג. זיי טון פארוואנדלען א בייטשראם אין א פולסירנדיקן גלייכשטראם. מען ניצט זיי אפט אין עלעקטראשפייזונג און ווי א מאל צו דעשיפרירן אמפליטוד מאדולאציע ראדיא סיגנאלן.
היינט, די מערסטע געוויינטלעכע דיאדעס ווערן געמאכט פון האלבדורכפירער מאטריאלן ווי סיליציום אדער גערמאניום. נארמאל ניצט מען סיליציום, וואס פונקציאנירט בעסער.
טיפן פון האלבדורכפירער דיאדעס
דא ווייזט מען עטליכע האלבדורכפירער דיאדע סימבאלן וואס מען ניצט אין סכעמאטישע געמעלן:
דיאדע | זענער דיאדע | שאטקי דיאדע | טונעל דיאדע |
ליכט-ארויסלאזן דיאדע | פאטאדיאדע | קאדענסאטאר דיאדע | סיליציום קאנטראלירטער פארגלייכער |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!