רוי:Triple Frontera

ווערסיע פון 01:18, 2 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וויכטיק" ב־"וויכטיג")

 

דער טריפל פראנטערא "דריי לענדער עק" (שפּאַניש: La Triple Frontera, פארטוגעזיש: Tríplice Fronteira) איז א דרייפאכיקער גרעניץ שטח ביים צוזאמענקום פון פאראגוויי, ארגענטינע און בראזיל, וואו די איגואזו און פאראניא טייכן פליסן צוזאמען. נאענט צום צוזאמענפלוס זענען די שטעט  סיודאד דעל עסטע (פאראגוויי); פוערטא איגואזו (ארגענטינע) און פאס דו איגוואסו (בראזיל).

באפעלקערונג

די באפעלקערונג אינעם דריי לענדער עק איז קאנצענטרירט אין די דריי גרעניץ שטעט. די גרעסטע פון זיי איז סיודאד דעל עסטע אין פאראגוויי, וואס האט געהאט אין 2010 א באפעלקערונג פון 390,000, און די קלענסטע איז פוערטא איגוואזו, ארגענטינע, מיט א באפעלקערונג פון 82,000. די טוריסן שטאטן פאס דא איגוואצו אין בראזיל האט 300,000 באוואוינער.

טוריזם

דער דריי לענדער עק איז א וויכטיגער טוריסטן געגנט. ביים צוזאמענקום פון די דריי לענדער האט יעדע לאנד געבויט אן אבעליסק אין זיינע נאציאנאלע קאלירן. פון יעדן אבעליסק קען מען זען אלע דריי לענדער.


רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!