המכלול:ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט

ווערסיע פון 01:15, 2 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וויכטיקייט" ב־"וויכטיגקייט")

ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט איז אן אייגנשאפט פון א טעמע וואס בארעכטיגט איר אונוועזנהייט אין המכלול אלץ ארטיקל. עס זענען דא טעמעס וואס זייער וויכטיגקייט איז קלאר און עס איז נישט פארהאן קיין ענציקלאפעדיע וואס ענטהאלט זיי נישט, א שטייגער ווי "אברהם אבינו", אדער להבדיל, "מאטעמאטיק". פונקט אזוי איז דא טעמעס וואס מען קען קלאר זאגן אז זיי באלאנגען נישט אין אן ענציקלאפעדיע, ווי "די אלטע לאמפ אויף ראסס סריט".

עס איז שווער מגדיר צו זיין וואס באלאנגט אין המכלול און וואס נישט, און דערפאר זענען פארהאן טעמעס וואס זייער ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט איז אין א ספק און פארלאנגט א דיסקוסיע.

גדרים צו קענען ערשיינען אין המכלול

דורכאויס די יארן פון איר עקזיסטענץ, זענען אנטוויקלט געווארן אין המכלול העברי געוויסע ריכטליניעס אנבאלאנגט וואס איז פאסיג צו זיין אן ארטיקל. (די פרינציפן דארטן ענדלען די פריציפן אין ויקיפדיה העברית, אבער אויסער די חילוקים וועלכע קומען פון דעם וואס המכלול העברי איז א חרדי'שע ענציקלאפעדיע מיט א תורה'דיגע בליק, איז די ווירטשאפט אנדערש אויך אין אנדערע געביטן). די גדרים צו קענען ערשיינען אין המכלול קענען זיך טוישן מיט די צייט (אויב למשל, עס קלארט זיך אויס איבער די יארן די היסטארישע באדייט פון א געוויסע געשעעניש).

א טעמע קען פאררעכנט ווערן ענציקלאפעדיש וויכטיג אויב למשל מען אינטערעסירט זיך אין דעם לענגערע יארן און נישט נאר א קורצע וויילע (צ.ב.ש. א בוך – האט עס געהאט א השפעה פאר א לענגערע צייט? איז דער מחבר געווארן באקאנט דורך דעם?) אדער אויב מען קען רעפערירן אהין פון עטליכע אנדערע ארטיקלען.

אין עטליכע נושאים זענען באשטעטיגט געווארן אינערהאלב המכלול העברי קלארע גדרים צו באשטימען אויב אן ארטיקל האט א פלאץ דארט:

ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט פראגעס קומען אויף על פי רוב איבער מענטשן, ביכער, לידער און דער גלייכן; און די שאלה איז אלעמאל "ווי באקאנט איז ער? וויפיל איינפלוס האט ער?". א שליסל געדאנק גוט אפצושאצן די ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט פון א בוך אדער א מענטש, איז מיט די פאלגענדער מעסטער: וויפיל שטיקלעך אין די ארטיקל שילדערן די וועלט ארום די מענטש/בוך, און נישט די מענטש/בוך זעלבסט.

צום ביישפיל, אן ארטיקל איבער א וועלט פירער, וועט ווידמען גרויסע שטיקער צו שילדערן די לאנד וואס יענער פירט און וואס ער האט דארט אלץ אנגעווירטשאפט. אן ארטיקל איבער א רבי, וועט שילדערן די זאכן וואס ער האט אויפגעטון איז זיין קהילה, און דער וועג ווי אזוי ער האט משפיע געווען אויף איר. אויב נאכן ארויס נעמען יענעם'ס ביאגראפיע בלייבט די ארטיקל ליידיג, איז עס ווארשיינליך נישט ענציקלאפעדיש.

דער זעלבע מעסטער איז ניצליך אויך צו וויסן וויפיל פערזענליך צו באשרייבן דער מענטש וואס איז די טעמע פון אן ארטיקל: וואס מער שטיקלעך שילדערן די וועלט ארום אים, אלץ מער זענען בארעכטיגט שטיקלעך איבער אים זעלבסט.

עס איז אלעמאל דא יוצאים מן הכלל, און שכל הישר איז אלעמאל די מכריע.

רויער ארטיקלען זענען לאו דווקא וויכטיג ענציקלאפעדיש, און קענען נישט דינען אלץ ראיה אדער לעגעטימעזאציע צו גארנישט.

שרייבן א נייע ארטיקל

עס איז ראטזאם פאר נייע שרייבער, און אפילו אלטגעזעסענע, זיך דורך צו רעדן איידער מען שרייבט א נייע ארטיקל וואס זיין ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט איז אומקלאר; מען זאל שפעטער נישט פארלאנגען פון אים מסביר צו זיין די ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט דערפון. מען קען דאס טון ביים הילף טישל.

אויב דער ארטיקל איז אויסגעמעקט געווארן, דאן דארף מען ווארטן א יאר, פארשטעלן א יסודיות'דיגע טויש פארבינדן דערמיט, און באקומען די שטיצע פון כאטש פינף שרייבער אין המכלול כדי צו עפענען אן אפשטימונג עס צוריק צו ברענגען. דער טאט פאר זיך קען נישט צוריק האלטן צוקומפטיגע אפשטימונגען עס אויסצומעקן.

פאלגנד זענען עטליכע רעקאמענדאציעס ווי אזוי צו שרייבן אן ארטיקל אזוי אז איר ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט זאל זיין קלאר פון איר אינהאלט, אז א דיסקוסיע איבער איר וויכטיגקייט אויף די שמועס בלאט זאל נישט זיין נויטיג.

ברענגט ארויס די וויכטיגקייט אינעם אנהייב

עס איז ראטזאם אדרוך צו ליינען די אנוויזונגען ווי אזוי צו שרייבן אן ארטיקל כדי צו שרייבן דעם ארטיקל אזוי אז איר ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט זאל זיין קלאר פון איר אינהאלט.

די וויכטיגסטע טייל איז דער אנהייב. עס מוז קענען אויספירן דעם שווערע פליכט פון געבן א קורצן אבער קלארן ענטפער אויף די פינף פראגעס; ווער? וואס? ווען? פארוואס? וואו? און עס דארף געבויעט ווערן אזוי אז אויך איינער וואס ליינט בלויז דעם אנהייב זאל אויך קענען ארויס נעמען דערפון די וויכטיגסטע אינפארמאציע וואס ער דארף וויסן.

דער אנהייב דארף אויך ענטפערן אויף די באהאלטענע פראגע – מיט וואס איז דער טעמע אזוי וויכטיג? פאר איז דער פערזעליכקייט ווערד אן ארטיקל? וואס פונאנדערשיידט אים פון אנדערע מענטשן? פארמייד זיך צו באציען אפענערהייט צו די פראגע ("די וויכטיגקייט פון ר' משה גאלדמאן איז וויבאלד זיינע ניגונים ווערן געזינגען איבעראל") נאר שרייבט אינפארמאציע פון וואס מען זאל אליין פארשטיין די וויכטיגקייט. אויב די וויכטיגקייט איז נישט זעלבסט פארשטענדליך פון די ערשטע שטיקל, איז די טעמע ווארשיינליך טאקע נישט ענציקלאפעדיש.

קוועלער

צומאל קענען קוועלער איבער אן ארטיקל אילוסטרירן די בעסטע איר וויכטיגקייט. אויב זעט מען גלייך אז איינער ווערט באשריבן אין טעליכע פלעצער דורך עטליכע שרייבער, איז זיין וויכטיגקייט מער פארשטענדליך. צייכנט צו א רייע פראמינענטע קוועלער דאס צו עררייכן.

ארטיקלען אויף וואס מען ארבעט נאך

צומאל ווערן האלב געשריבענע ארטיקלען פאררעכנט אלץ אומוויכטיג, צוליב דעם וואס רוב אינפארמאציע פעלן נאך דערפון, און א האלב געבאקענע זאך זעט נישט אויס צו גוט; און מ'קומט שוין דן זיין צו מען זאל עס מעקן. דאס צו פארמיידן קענט איר:

  • צולייגן ביים אנהייב פון די ארטיקל די מוסטער {{אינמיטן ארבעט}} ביז איר ענדיגט. נעמט אין אכט אז דאס האלט נישט אפ פון מעקן דעם בלאט אויב איז דאס נייטיג, עס דינט סך הכל אלץ אן ערקלערונג פאר די אנדערע מכלולאים אז עס איז נאכנישט פארטיג.
  • עס איז כדאי צו שרייבן דעם ארטיקל אין א דרעפט אדער אין אייערע פריוואטע געביט. אזעלעכע בלעטער זענען נישט אינעם הויפט געביט, און איר קענט דארט רוהיגערהייט ארבעטן, און ביים ענדע בעטן מען זאל עס אריבער פירן צו הויפט געביט.

וויכטיגקייט אפשטימונגען

אויב וויל א מכלולאי אויסמעקן אן ארטיקל, דארף ער, אין געוויסע פעלער, ארויף ברענגן א דיסקוסיע און אן אפשטימונג אויף די שמועס בלאט פון די ארטיקל. פאר די פולע פראטאקאל און ריכטליניעס דערוועגן, זעט ע:המכלול:חשיבות_אנציקלופדית#דיון_עמידה_בקריטריונים_והצבעת_מחיקה[1].

  1. דער פראטאקאל וועט בעזר השם איבערגעזעצט ווערן אין אידיש איינמאל די ציבור דא ווערט גרעסער, און דער פארלאנג דערפאר איז שטערקער.