רוי:ארקטיק

ווערסיע פון 01:11, 2 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע")
מאפע פונעם ארקטישן ראיאן

דער אַרקטיק איז דער ראַיאן אַרום דעם צפון פאלוס פון דער ערד, קעגנאיבער אַנטאַרקטיקע אַרום דעם דרום פּאלוס. דער אַרקטיק שליסט איין דעם אַרקטישן אקעאן און טיילן פון קאַנאַדע, גרינלאַנד, רוסלאַנד, די פאראייניגטע שטאַטן (אַלאַסקע), איסלאַנד, נאָרוועגיע, שוועדן און פינלאַנד. דאס וואָרט "אַרקטיק" שטאמט פון גריכיש : αρκτως - "אַרקטאס", טייטש בער. דאס איז ווייל די לאקאציע פון דער קאנסטעלאציע "גרויסער בער" איז איבער דעם אַרקטיק געגנט.

די געוויינטליכע דעפיניציע פון דעם אַרקטיק ראיאן איז אלץ וואס איז צפון פונעם אַרקטישן קרייז, (66° '33 צפון), וואס איז אויך די גרעניץ פון די האלבע נאכט זון. אנדערע דעפינירן דעם ארקטיק פון דער בוים שורה (צפון שורה ביז וואנעט ביימער וואַקסן).

אַריינגערעכנט אין אַרקטיק איז דער אַרקטישער אָקעאַן, באדעקט מיט אייז, ארומגענומען מיט פאַרפרוירענער ערד אָן ביימער.

בעלי חיים אינעם ארקטיק

קאריבו און רעניפערן לעבן אינעם ארקטיק ראיאן. זיי עסן פארשידענע גראזן און לישייען. אין ווינטער גראבן זיי דורך דעם שניי מיט זייערע קאפיטעס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!