רוי:צייטונג

ווערסיע פון 23:40, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לייענ" ב־"ליינ")
א בלעטער פארקויפער
Street Scene - Salta - Argentina.jpg

אַ צייטונג, (זשורנאל אדער טאגבוך) איז אַ אויסגאַבע רשימה, וואס איז ווי א טעגליכע וויסן- בוך וואס בריינגט אקטועלע נייעס פון איבער די וועלט און נאך ידיעות. די בלעטער, אינפאָרמאַציאָן און אַנאָנס ענטהאַלט; ווערט געווענליך געדרוקט אויף ספעציעלע אייגנארטיגע ברוינע פאָפיר וואָס איז היבש ביליגער צו ערצייגן, און ווערט גערופן "צייטונג פאַפיר".


צייטונגען זענען די ארגינעלע פארעם פון ברייטבאנד קאמוניקאציע וועלכע גייט צוריק הונדערטער יארן און אפשר נאכמער. אין דער היינטיגער וועלט איז קאמוניקאציע א גרויסער טייל פון דער געזעלשאפט און קומט אין צענדליגער פארמען ווי: טעלעפאנס, סעליולער, פעקס, ראדיא, טעלעוויזיע, און אינטערנעט. איידער די אלע זאכן זענען געווען אויף דער וועלט, האט מען זיך באנוצט מיט צוויי קאמוניקאציע מיטלען און זיי זענען געווען צייטונגען און בריוו. שפעטער האט מען אויסגעטראפן די טעלעגראף וועלכע האט פארשנעלערט די קאמוניקאציע פון וויכטיגע מעסעדזשעס.

צייטונגען זענען שטענדיג געווען די ביליגסטע און גרינגסטע וועג ווי אזוי צו פארשפרייטן נייעס, ארטיקלען, מיינונגען, און רעקלאמירן געוויסע פראדוקטן צו מאסן מענטשן. צייטונגען זענען פון אנהייב געשריבן געווארן מיט דער האנט, און שפעטער האט מען דאס געדרוקט אין א דרוקעריי מיט גרויסע זיגלען, און היינט ווערט די גאנצע ארבעט געטוהן דורך דעם קאמפיוטער. צייטונגען זענען שטענדיג געשריבן געווארן אין שפראכן וועלכע די מערסטע ליינער האבן גערעדט און דאס מאכט זיי נאך היינט אינטערעסאנט ווען מען קוקט אין זיי.

די כוח פון א צייטונג

אין די ארכיוון פונעם וואשינגטאן מוזעאום איז פארהאן אקטועלע פאפירן פון צייטונגען אזוי ווייט צוריק ווי 1775, וועלכע איז נאך בעפאר דער אמעריקאנער רעוואלוציע. די צייטונגען אין יענע צייטן זענען נאך נישט געווען אזוי פראפעסיאנאל ווי היינט אבער ווי מאכטפול צייטונגען זענען היינט, זענען די צייטונגען פון יענע צייטן געווען נאכמער מאכטפול. בעיקר וויבאלד עס זענען דאן נאכנישט געווען אזוי פיל צייטונגען, ווייבאלד עס איז סאך שווערער געווען ארויסצוגעבן ווי היינט.

אלטע אמעריקאנער צייטונגען האבן נישט געהאט קיין שום קאנטראל איבער זיי, און זיי האבן געקענט שרייבן וואס זייער הארץ האט באגערט. די וועלט איז נאך דעמאלט פיל געווען מיט הערשער און קעניגרייכן אין וועלכע מענטשן האבן זיך נישט געוואגט צו זאגן א ווארט קעגן די קעניגרייך אדער רעגירונג פירערשאפט. אין אמעריקע איז דאס אבער געווען איינע פון די הויפט צילן וועלכע איז אריינגעשריבן געווארן אין די "ביל אוו רייטס" אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע וועלכע גיבט יעדן די רעכט צו זאגן און שרייבן וואס עס שמעקט אים.

די דזשורנאליסטן פון יענע צייטן האבן גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און האבן אנגעפירט איבערקערענישן מיטן כוח פון זייערע צייטונגען. אין די אמעריקאנער היסטאריע זענען באקאנט די צוויי מאכטפולסטע דזשורנאליסטן וויליאם רענדאלף הערסט און דזשאסעף פוליצער וועלכע האבן בעאיינפלוסט מיליאנען מענטשן מיט די כוח פון זייערע צייטונגן. היסטאריע זאגט אז הערסט איז פאראנטווארטליכט פאר די קריג מיט שפאניע אין 898' נאכדעם וואס ער האט אזויפיל געהעצט קעגן די שפאנישע.

אין די מאדערנע עפאכע איז באוואוסט די "וואטער-געיט סקאנדאל, וואס האט געפירט צו די רעזיגנאציע פון פרעזידענט ניקסאן, וואס איז צושטאנד געקומען א דאנק די צייטונגען.


צייטונגען היינט צו טאג

אפיציעלע צייטונגען היינט צו טאג זענען זייער פראפעסיאנאל און יעדעס ווארט וואס ווערט דארט געשריבן ווערט איבערגעקוקט עטליכע מאל אויב עס איז טאקע ריכטיג. אנדערש ווי אמאל, ווען די צייטונגען, און דזשורנאליזם בכלל, האבן באקומען א שטיקל קאנטראל פון די רעגירונג. כאטש די רעגירונג צענזורט נישט קיין צייטונגען (ווי די קאמוניסטן האבן געטאן), האבן זיי אבער א רייע רעגולאציעס וועלכע מעגן נישט געבראכן ווערן.

אינטערעסאנט איז אז טראץ די עלעקטראנישע מידיא וועלכע דאמינירט היינט די גאנצע וועלט בכלל און אמעריקע בפרט, איז אבער צייטונגען נאך אלץ איינע פון די הויפט נייעס געבער פאר מיליאנען מענטשן ארום דאס לאנד. אמעריקע פארמאגט 1,600 טאג-צייטונגען וועלכע ערשיינען יעדן אינדערפרי. אויסערדעם זענען פארהאן נאך הונדערטער צייטונגען וועלכע קומען ארויס וועכענטליך -אין אלגעמיין ענדע וואך- און עס זענען פארהאן אָן א שיעור זשורנאלן און מאגאזינען וועלכע ערשיינען וועכענטליך און חודש'ליך.

א פאפירענע צייטונג האט אַן ארגינעלן חן וועלכע די עלעקטראנישע מעדיע קען נישט אוועקנעמען. ליינער גלייכן דעם פאפיר און די וועג וויאזוי מען ליינט א צייטונג. מען קען אויפמישן און צוריקמישן שנעל, מען קען אויסשניידן דאס וואס מען וויל האלטן, און מען קען עס איינקנייטשן ווי אזוי עס איז באקוועמער, און מען קען עס מיטנעמען ווי אימער מען וויל. עס קלינגט נישט אזוי געשמאק א לעפטאפ ביי נאכטמאל, און ווי געשמאק איז א צייטונג ביי די זייט.

יעדע צייטונג און אויסגאבע קומט ארויס פון דרוק נאך אסאך ארבעט, אבער ספעציעל זענען אינטערעסאנט די טעגליכע צייטונגן וועלכע קומען ארויס פריש יעדן אינדערפרי מיט צענדליגער בלעטער אנגעפילט מיט די נייעס וואס זענען זיך פאַרלאָפן אינעם נעכטיגן טאג ווי אויך ארטיקלען און אנאליזן.

היינט זענען פארהאנען א לאנגע רייע מיט צייטונגען, אין יעדן הויפט שטאט איבער דער וועלט. ס'דא וואס זענען מיינסטענס פאר פאליטיק, אדער פארוויילונג און דאס גלייכן, און ס'דא וואס האבן אלעס אין איין באנד. א ארט וואו עס איז אויסגערופן אלס ספעציעלער ארט פאר אנשויאונג, דארט זענען פארהאנען ספעציעלע זשורנאלן פאר דעם צוועק.

פארוויילונג צייטונגען

דא זענען עטליכע באקאנטע פארוויילונגס צייטונגען:

‏* ‎The Hollywood Reporter

די נייעס און די וואס באריכטן דאס

א צייטונג ווערט באשאפן דורך פינעף טריט וועלכע זענען: נייעס, רעדאקטירונג, רעקלאמעריי, פראדוקציע און פארשפרייטונג.

דאס ווארט נייעס איז געווארן א טייל פון די טעגליכע געשפרעכן וועלכע מענטשן נוצן אויף יעדע טריט און שריט, אריינגערעכנט ווען מען באגריסט זיך. "וואס איז נייעס?" פרעגט איינער דעם צווייטן. מען איז אזוי צוגעוואוינט צו נייעס אז מען קען ממש נישט לעבן אן דעם. יעדער וויל וויסן וואס נאך עס האט פאסירט, און נישט נאר אין די אייגענע שטאט נאר ארום די גאנצע וועלט.

נייעס באדייט אז עס איז פרישע באריכטן. עס קען זיין א מאדנע זאך, א גוטע בשורה, א שלעכטע בשורה, א נארוואס פארענדיגטע באריכט אדער שטודיע א. ד.ג. נייעס מוז נישט דווקא מיינען אז עס איז ניי געשען. עס קען אויך מיינען אז עס איז ניי צו די מאסן.

יעדע צייטונג פארמאגט א צאל רעפארטערס וועלכע זענען ווי די אויגן און אויערן פונעם צייטונג. רעפארטער זאמלען נייעס פון וואו זיי קענען נאר און ברענגען עס צו די צייטונג'ס עדיטאר באורד וועלכע קוקן אלעס איבער און באשליסן וואס צו נוצן און וואס נישט, און וואס צו לייגן אויפן פאדערשטן בלאט און וואס צו לייגן אויפ'ן 91'סטן בלאט. נייעס זענען איינגעטיילט אין קאטעגאריעס און לויט דעם ווערן זיי באריכטעט.

די רעפארטער דארפן שטארק אכט געבן אז זייערע באריכטן זאלן זיין קראנט ווייל אויב נישט וועט זייער רעפוטאציע פארגיין, און זיי וועלן מער נישט האבן פאר וועמען צו באריכטן. רעפארטער נעמען אסאך קרעדיט פאר זייערע באריכטן און זענען לאיאל צו די וואס גיבן עס איבער צו זיי. מענטשן וועלן זאגן פאר רעפארטער זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געזאגט פאר א פאליציי אפיציר אדער סיי וועלכע לאו ענפארסמענט אפיציר. רעפארטערס וועלן זיך מקריב זיין צו גיין אין תפיסה אבער זיי וועלן נישט ארויסגעבן פון וואו זייערע קוועלער זענען.

נישט אומזיסט רופן זיך די אמעריקאנער צייטונגען דער פערטער טייל פון די רעגירונג. די צייטונגען באטראכטן אלעס און קומען אויף שפירן טיילמאל שנעלער ווי סיי וועמען. צייטונגען שטעלן אריין קאנדידאטן אין אפיס און מאכן אנדערע רעזיגנירן. טויזענטער סקאנדאלן קעגן אלע סארט אויפגעכאפטע מענטשן זענען אונטערגעצינדן געווארן דורך צייטונגען.

ספעציעל זענען צייטונגען אויסגעצייכנט אין נאכפאלגן די גערעכטיקייט פון לאנד. זיי באטראכטן די לעגיסלאטיוו, עקזעקיוטיוו, און יוסטיץ אפטיילונגען און וועלן אויפדעקן יעדע אומריכטיגע זאך וואס זיי זעען דארט. אין ענגליש רופט מען זיי די רעגירונג'ס "וואטש דאג" צוליב זייער געלונגענע ארבעט צו היטן אויף די געשעענישן אין די רעגירונג ווי א הינטל וואס היט זיין בעל הבית.

יעדע גרויסער צייטונג פארמאגט רעפארטער איינגעטיילט פאר באזונדערע נייעס מאטיוון. אייניגע באטראכטן די געריכטן, אנדערע דער סיטי האל, איינער קוקט זיך אום אויף ביזנעסער, ערציאונג, מעדעצין, א.א.וו. נאכדעם זענען פארהאן רעפארטער וועלכע ווערן צוגעשטלט דארט ווי עס מאכט זיך עפעס. אויך זענען פאראן פרילענסער רעפארטער וועלכע ארבעטן פאר זיך אליינס און צייכנען זיך אויס אין געוויסע רעפארטאזש און זיי פארקויפן זייערע ארטיקלען און באריכטן פאר צייטונגען.

רעפארטער ריזיקירן טיילמאל מיט זייער לעבן צו קענען באריכטן נייעס. אין יעדע מלחמה באטיליגן זיך טויזענטער דזשורנאליסטן וועלכע קענען אומגעברענגט ווערן יעדע ליאדע מינוט, ספעציעל די וואס וואגן זיך מער, און גייען דארט ווי זיי ווערן געווארנט נישט צו גיין. אין יעדע קריג ווערן דזשורנאליסטן אומגעברענגט און אויך אויף אנדערע פלעצער ווערן זייערע לעבנ'ס פארשניטן ווען זיי רירן אן זאכן וואס א צווייטער וואלט זיך נישט געוואגט אנצוקוקן. אין די פארגאנגענע יארן זענען איבער 1000 דזשורנאליסטן אומגעברענגט געווארן ארום די וועלט אין פארשידענע סארט אטאקעס, אריינגערעכנט א גרויסע טייל אין איראק.

יעדע קאטעגאריע אין יעדע גרויסע צייטונג פארמאגט א באזונדערער עדיטאר צו וועלכע אלע רעפארטער מוזן זיך צושטעלן. די וויכטיגסטע עדיטארס זענען די וואס קאנטראלירן די לאקאלע נייעסן. זיי באקומען יעדע באריכט ערשט האנטיג און דארפן באשליסן יעדע נאכט וואס יא אריינצושטעלן און וואס נישט און וועלכע איז יא א העדליין און וועלכע איז נישט. איינמאל דער לאקאלער עדיטאר באשליסט די נייעסן פאר דעם קומענדיגען טאג שיקט ער אלעס אריבער צו די קאפי עדיטארס וועלכע קוקן איבער אלע באריכטן און מאכן זיכער אז אלעס איז קראנט און יעדעס ווארט איז גוט געספעלט.

די קאפי עדיטארס וועלן אויך זיכער מאכן אז דער באריכט האט א גוטע הסברה און אויב נישט וועלן זיי דאס פאררעכטן. די עדיטארס באנוצן זיך אסאך מיט די צייטונג'ס ארכיוון וואו זיי קוקן נאך פאקטן אויב עס שטימט מיט'ן ווייטערדיגן באריכט.

עדיטאריעל

יעדע צייטונג פארמאגט אן עדיטאריעל און אן דעם איז עס נישט קיין צייטונג. א צייטונג איז נישט נאר אן איבערגעבער, נאר דארף אליינס געבן א מיינונג איבער אלע אישוס אויפ'ן טיש אין די פארעם פון עדיטאריעל ארטיקלען. אין יעדע צייטונג איז פארהאן אן עדיטאריעל באורד וועלכע באשטייען פון עטליכע ערפארענע דזשורנאליסטן וועלכע מאכן צוזאמען אפ די מיינונגען פון די צייטונג איבער אלע טעמעס וועלכע זענען אויפ'ן סדר היום. זיי וועלן זאגן אויב דער מעיאר טוט א גוטע ארבעט אדער נישט, צי מענטשן האבן גוטע פרנסות, צי די רעגירונג האט געטאן ריכטיג, צי יענער זאל אנגעקלאגט ווערן, און אזוי מיט יעדע טעמע. די עדיטארס בעארבעטן אליינס זייער עדיטאריעלן און וועלן אליינס נאכזוכן אלע פאקטן.

די עדיטאריעלן פארמאגן א באשטימטע בלאט אין יעדע צייטונג וואו עס איז אויך פארהאן פלאץ פאר די מיינונגען פון די ליינער, די צווייטע וויכטיגסטע טייל פון עדיטאריעל. רוב צייטונגען פארמאגן אויך באשטימטע בלעטער וואו די שרייבער געבן ארויס זייערע מיינונגען אין די אזויגערופענע אפ-עד ארטיקלען.

די עדיטאריעל איז אפגעטיילט פון די נייעס, און די צייטונגען רופן עס די אפטיילונג פון שטאט און רעליגיע. נייעס איז בלויז די טרוקענע פאקטן, און דער עדיטאריעל באשטייט פון מיינונגען. א צייטונג וואס פאלט דורך מיט אן עדיטאריעל איז נאך אלץ באגלייבט פאר נייעס. עס איז צוויי באזונדערע אפטיילונגען און די צוויי מעגן זיך נישט אויסמישן.


רעקלאמעס

די נומער בלעטער מער ווי די מינימום אין רוב צייטונגען איז געוואנדן לויט וויפיל רעקלאמעס עס איז פארקויפט געווארן יענעם טאג און נישט לויט וויפיל נייעס עס איז פאראן צו פארציילן. א צייטונג איז א ביזנעס וואס זוכט צו מאכן געלט און וועט נישט סערווירן נאר אויב זי פארדניט דערפון. אן אויסנאם איז פארהאן ווען עס פאסירט עפעס אויסערגעווענליך דעמאלט וועלן צייטונגען יא צולייגן מער בלעטער -און טיילמאל אין א באזונדערע אפטיילונג- צו דעקן די אינטערעסאנטע נייעס ווייל דאס איז א טייל פון זייער סערוויס.

רוב צייטונגען מאכן זיכער צו לייגן מער רעקלאמעס ווי נייעס אין די טעגליכע צייטונג און נאר אין די ענדע-וואך אויסגאבע וועלן זיי יא לייגן מער נייעס. גרויסע צייטונגען קענען פארמאגן ארום 65 פראצענט רעקלאמעס און דאס איבעריגע איז די לעכל פאר נייעס, ווי טייל שרייבער רופן עס אן. אלע רעקלאמעס ווערן צוגעגרייט בעפאר די נייעס ווערט געדרוקט, און די ארבייטער פון די רעקלאמע אפטיילונג האבן נישט קיין שום השפעה אויף די נייעס אפטיילונג, און דאס זעלבע פארקערט. אויב א צייטונג פארמאגט 100 בעלעטער וועלן ארום 60 בלעטער ווערן צוגעגרייט מיט רעקלאמעס און די איבעריגע בלעטער וועלן אנגעפילט ווערן מיט נייעס אויף די באשטימטע 100 בלעטער.

עס זענען פארהאן 3 סארטן רעקלאמעס וועלכע פילן אן די בלעטער. די ערשטע זענען די דיספלעי עדס וועלכע פילן אן גאנצע און האלבע בלעטער און קאסטן צענדליגער טויזענטער דאלארן. די סארט רעקלאמעס ווערן אריינגעשטעלט דורך גרויסע דעפארטמענט געשעפטן, אויטא דילערס, און נאך גרויסע ביזענעסער. רוב פון די רעקלאמעס ווערן צוגעשטעלט דורך א מארקעטינג פירמעס.

אויסער די דיספלעי עדס וועלכע זענען די עיקר הכנסה פון א צייטונג איז פאראן קלאסיפייד עדס וועלכע קאסטן עטליכע דאלאר פער רייע און ווערן אריינגעשטעלט דורך פריוואטע מענטשן וואס זוכן צו קויפן אדער פארקויפן עפעס און אויך קליינע ביזנעסער וועלכע גיבן סערוויסעס אדוערטייזן זיך דארט. נאכדעם זענען פאראן אינסערטס וועלכע זענען קליינע ביכלעך פון געוויסע פירמעס און ווערן אריינגעשטעלט אין צייטונגן, ספעציעל אין וויקענד צייטונגן.


פראדוקציע

די פראדוקציע איז אמאל געווען די שווערסטע טייל פון א צייטונג ווען מען פלעגט נאך נוצן די פרעס מאשינען וועלכע איז באשטאנען פון שווערע בלעכן אויף וועלכע עס זענען ארויפגעשטעלט געווארן די בוכשטאבן און דערנאך איז די גאנצע זאך געדרוקט געווארן אויף פאפיר גענוי ווי א פארטיגע זיגל. יעדע בלאט האט גענוצט א באזונדערן בלעך און די דרוקעריי איז געווען א גרויסע ארבעט, ספעציעל אויב מען האט געוואלט מאכן קאלירט האט מען געמוזט האבן מערערע בלעכן פאר איין בלאט.

אין די 70ער יארן איז די דרוקעריי געווארן היסטאריע און מען האט אנגעהויבן נוצן קאמפיוטערירט דרוקעריי וועלכע איז שנעלער ווי איינער וואלט זיך נאר אמאל געקענט פארשטעלן. די פרעס פארמאגט נאך אלץ בלעכן פאר יעדן בלאט אבער די בלעכן ווערן געמאכט אין מינוטן און די בלעכך טוען נישט די פרינט ארבעט נאר די טינט גייט צו א ראבערנע ראלער וועלכע דרייט זיך ארום העכער די פאפיר. עס זענען פאראן פרעס פירמעס וועלכע טוען די ארבעט פאר די קלענערע צייטונגען און די גרויסע צייטונגען פארמאגן זייערע אייגענע פרעס סיסטעמען וועלכע איז א מאשין (אדער עטליכע) וועלכע שטייט דריי שטאק הויך. די פאפיר לויפט אויף א ראל און נאכ'ן פרינטן ווערט עס אליינס צעשניטן און איינגעקנייטשט גרייט צו גיין. אזא מאשין קאסט ארום 50 מיליאן דאלאר אבער עס איז ווערט דאס געלט ווען עס קען גרייט מאכן 70,000 קאפיס אין איין שטונדע, אן ארבעט וואס וואלט גענומען 100 ארבעטער 5 שטונדן.

פארשפרייטן

איינמאל דאס דרוקעריי איז פארטיג און גרייט צו גיין איז פארהאן א באזונדערע דיסטריביושן אפטיילונג וועלכע גיט זיך אפ מיט'ן פארשפרייטן די צייטונגען צו אלע סובסקרייבער און געשעפטן.

רוב גרויסע צייטונגען גיבן ארויס 2 אדער 3 אויסגאבן אין איין נאכט. די ערשטע אויסגאבע קומט געווענליך ארויס שפעט ביינאכט און דעקט די נייעס פון איבער'ן טאג און ווערט דאס מערסטע פארשפרייט. די ערשטע ווערסיע קען גיין איבער א גאנצע סטעיט און אפילו נאך ווייטער. די צווייטע אויסגאבע איז די זעלבע זאך מיט אביסל מער נייעס פון די לעצטע שטונדן און דאס ווערט געווענליך פארשפרייט צו ווייניגער פלעצער און די לעצטע אויסגאבע וועלכע קומט ארויס אין די פארטאגס שטונדן גייט נאר אין די לאקאלע סיטי וועלכע די צייטונג סערווירט. די אלע ווערסיע'ס האבן א באשטימטע צייט יעדע נאכט ווען עס גייט ארויס און ווען עס דארף דערגרייכן די געשעפטן.

די מענטשן וועלכע פארשפרייטן די צייטונגען ווערן גערופן קעריערס און זענען געווענליך יונגע מענטשן אדער סטודענטן ביי וועמען דאס דינט אלס א זייטיגע פרנסה. די קעריערס זענען איינגעטיילט לויט די געגענטער און ווארפן אראפ די צייטונגען צו יעדע סובסקרייבער זייער שנעל און געשיקט. זיי פארשפרייטן אויך די צייטונגען צו די געשעפטן און צייטונג קיאסקן וועלכע באקומען דאס די ערשטע. אמאל פלעגן צייטונגען ארויסקומען נאכמיטאג און דעמאלט פלעגן די קעריערס ארומפארן אויף ביציקלעך צוליב די טראפיק אבער שפעטער האט מען דאס געטוישט און אלע צייטונגען ווערן פארשפרייט אין די פריע פארטאגס שטונדן ווען עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין אויטאס אויף די גאסן דערפאר גייט עס צו זייער שנעל.

די סוקסעס פון א צייטונג ווענדט זיך אסאך לויט וויפיל סובסקרייבער זי פארמאגט. אדווערטייזער וועלן פארשטייט זיך ליבערשט אריינשטעלן עדס אין גרויסע צייטונגען. עס איז פארהאן א ספעציעלע זעלבסטשטענדיגע ארגאניזאציע וועלכע ווערט גערופן די אודיט ביורא אוו סירקולעישן וועלכע באשטעטיגן די נומערן פון צירקולאציע וועלכע די צייטונגען זאגן אז זיי האבן.

די גאנצע פראדעצור פון א צייטונג געדויערט 18 שטונדן פון 9 אזייגער אינדערפרי ביז 3 אדער 4 אזייגער פארטאגס. ווען די צייטונגען גייען ארויס פון דרוק ווערן די אפיסעס ליידיג און שטיל פאר עטליכע שטונדן ביז 9 אזייגער אינדערפרי ווען די שרייבער קומען צוריק אנהייבן דעם גאנצן פראדעצור נאכאמאל פון אנהויב. און דאס פאסירט 365 טעג א יאר.


צייטונגען אין אידישן קולטור

צייטונגן זענען היינט א וויכטיגן טייל פון אידישן קולטור וויבאלד עס איז די איינציגסטע אפיציעלע קאמוניקאציע פאר די אידישע באפעלקערונגען אין שטעט און אזוי אויך אין דער חסידות.

עס זענען פארהאן א רייע אידישע צייטונגען אנגעהויבן פון פרייע און געענדיגט מיט גאר עקסטרעמע.


קאנטראווערסיע

אידישע צייטונגען ווערן קריטיקירט ביי די סעקולערע, וויבאלד די ארבעט פון רעפארטן און שרייבן די ארטיקלען ווערן נישט געמאכט מיט פונטקליכקייט, און עס מאכט זיך זייער אפט אז די ארטיקלען פארפירן און געבן פאלשע אינפארמאציע, געבויט אויף זייערע פריוואטע אנשויאונגען.

טייל צייטונגען, איבערהויפט די פרומע, ווערן שטרענג קאנטראלירט דורך רבנים וועלכע געבן אנווייזונגען פאר די עדיטארס וואס יא אדער נישט צו פובליצירן. און דאס ווערט ביי מאנע קריטיקירט מיט די טענה אז דאס איז אין קאנטראסט צו די עצם קאנצעפט פון א צייטונג וועלכע ברויך ברענגען די נייעס טרוקן מיט פאקטן און נישט געוואויגן צו געוויסע מיינונגען. אבער די קונדן פון די דאזיגע צייטונגען ווילן אין אלגעמיין נאר דאס, און א צייטונג וואס ווערט נישט דורכגעקוקט פון רב אדער ערנסטע מענטש אין וועם זיי האבן צוטרוי, וועלן זיי נישט אריינעמען אין שטוב.

די קלענערע צייטונגען און דזשורנאלן זענען ערגער ווי אלע, וויבאלד די ארבעט ווערט געטאן דורך אומגעלערנטע שרייבער און מיינונג זאגער וועלכע פארשטייען ניטאמאל די נייעס בעפאר זיי שרייבן דאס. די סארט צייטונגען האבן נישט קיין מיטגלידערשאפט אין קיין איין אפיציעלע מידיא ארגאניזאציע און נעמען גאנצע ארטיקלן אן רשות.

וועבלינקען