רוי:וואלטאזש

ווערסיע פון 23:00, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וויפל" ב־"וויפיל")


וואלטאַזש אדער עלעקטרישע שפאַנונג איז די ענדערונג אין עלעקטרישן פאטענציאל צווישן צוויי פלעצער. וואלטאזש ווערט געמאסטן נאר צווישן צוויי פלעצער, למשל די פאזיטיוון און נעגאטיוון טערמינאלן פון א באטעריע, אדער צווישן א דראַט און גרונד. אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן מעסט מען וואלטאזש אין וואלטן.

דער נאמען "וואלט" שטאמט פונעם איטאליענישן פיזיקער אלעסאנדרא וואלטא וואס האט געשאפן די ערשטע כעמישע באטעריע.

דעפיניציע

די עלעקטראסטאטישע קראפט איז א קאנסערווירנדיקע קראפט וואס מען קען דערפאר באשטימען זי פון א פאטענציאלער ענערגיע וואס מען רופט עלעקטראסטאטישע פאטענציאלע ענערגיע. די עלעקטרישע פאטענציאלע ענערגיע פון א לאדונג אין א געוויסן פונקט איז די ארבעט וואס מען דארף טון צו ברענגען די לאדונג פון יענעם פונקט צום גרונטפונקט; די ענערגיע איז פראפארציאנעל צום גרייס פון דער לאדונג. דער וואלטאזש V צווישן צוויי פונקטן איז די אונטערשייד צווישן דעם עלעקטרישן פאטענציאל אין די צוויי פונקטן.

אלץ העכער דער וואלטאזש וועט זיין, וועט זיך די עלעקטראנען רוקן מיט אלץ א שטערקרן כח.

וואלטאזש וועט מען אייביג נאר קענען רעכענן אינצווישין צוויי פלעצער.

דעם וועג וויאזוי מען רעכינט דעם וואלטאזש (פאטענציאלע ענערגיע) אויף א געוויסן פלאץ איז, אז מען קוקט וויפיל כח וועט מען דארפין ניצן כדי צי קענען אריין שטופין (קעגין דער וועג פון וואס דער כח קומט) אין אים א גאנצע קולאמב פון עלעקטראנען, דאס הייסט אז אויב דער כח אויף יענער פלאץ איז איין וואלט (אז עס וועט אוועק שטופן דאס וואס מען פרובירט אריין צי שטופין אין אים מיט דער כח פין איין נאטון אויף יעדער קאלאמב) וועט מען דארפין ניצן א גאנצער נאטון פון כח כדי צי קענען אריין שטיפן דארט א גאנצע קאלאמב פון עלעקטראנען.

יעצט, אויב מען וויל רעכענען דער וואלטאזש אינצווישן צוויי פלעצער אין א שטראמקרייז, קען מען נעמין דעם גרעסירן וואלטאזש (שטערקערער) און אראפ נעמין פון דעם דעם קלענערן נומער פון וואלטאזש, וועט איבער בלייבין דער צווישין שייד, און דאס וועט זיין דער וואלטאזש פון אינצווישן יענע צוויי פלעצער.

אויב מען וועט רעכענען דעם וואלטאזש אויף א פלאץ וואס אינצווישן זיי ביידע איז דער וואלטאזש דער זעלבע שטארק וועט דער וואלטאזש אויף יענער פלאץ זיין 0v.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!