רוי:אשכנזישע הברה

ווערסיע פון 22:41, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ")

אשכנזישע הברה איז אַ נוסח אַרויסצוריידן לשון קודש און תרגום לשון, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט צווישן אשכנזישע אידן. צוזאַמען מיט באַשטימטע באַזונדערקייטן אין סינטאַקס און וואָרטשאַץ שטעלט זי מיט זיך פאָר אַ שפּראַך, אַ יורש פון לשון קודש, וואָס אשכנזים פלעגן פאַרווענדן פאַר תפילה טאָן און חזנות, ליינען און שרייבן ביכער, פאַר לערנען. ווייט פאַרשפּרייט ביז די יאָרן פון חורבן איז דער אשכנזישער אַרויסרייד היינטצוטאָג זייער באַגרעניצט אין זיין באַנוץ, נאָכגעבנדיק זיין ראָלע דער הברה פון מאָדערנעם עברית אין מדינת ישראל און אַפילו אין אַנדערע לענדער.

פאָנאָלאָגיע

אין פאַרגלייך צום אַרויסרייד, וואָס ווערט דערקלערט אין די ווערק פון די טבריה'ער בעלי מסורה, ווי אויך צו אַנדערע פריערע טראַדיציעס, באַווייזט די אשכנזישע הברה אַ ריי שינויים, וואָס אַ סך פון זיי שרייבט מען צו צו דער השפּעה פון אָרטיקע גלות שפּראַכן, וואָס די אידן האָבן אָנגענומען אין זייער לאַנגער וואַנדערונג פון מיטלן מזרח.

דער אַרויסרייד פון לשון קודש איז אויך אָפּהיינגיק פון קאָנטעקסט. דאס ליינען פון אַ בעל קורא איז מער בהסכם מיט דער אשכנזישער פאַרשטענדיקונג פון ניקוד און טעמים, וואָס דעפינירט דעם פאָרמעלן סטיל פון דער אשכנזישער הברה, בשעת ביים לערנען און ליינען די גמרא און אַנדערע רבנישע טעקסטן איז דער אַרויסרייד נעענטער צו דעם פון סעמיטישן חלק וואָס אין יידיש.

קאָנסאָנאַנטיזם

פון די תחילתדיקע סעמיטישע קאָנסאָנאַנט קלאַנגען האָבן די אל"ף און עי"ן ניט געלאָזן קיין שפּורן און ביידע ווערן היינט ניט אַרויסגערעדט. די צוויי אַנדער אותיות גרוניות, ה"א און חי"ת, זענען אויפגעהיט געוואָרן, אָבער דער חי"ת האָט פאַרלאָרן זיין געגאָרגלטנקייט און איז צונויפגעפאַלן מיטן כ"ף רפה אַלץ וועלאַרער [x].

גימ"ל און דל"ת זענען די איינציקע צווישן די בגדכפ"ת קאָנסאָנאַנטן, וואָס זענען אין דער אשכנזישער הברה איינאַרטיק. פּונקט אַזוי ווי אין דער טבריה'ער מסורה, האָבן די אַנדערע קאָנסאָנאַנטן פון דער סעריע צוויי רעאַליזאַציעס: אַ פּלאָסיווע (מיטן דגש) און אַ פריקאַטיווע (מיט רפה). דער פריקאַטיווער תֿ' (פריער [θ]) האָט זיך צוזאַמענגעשמאָלצן מיט סמ"ך און שׂי"ן אַלס [s]. די פּאָרלעך בּ/ב, כּ/כֿ, פּ/פ און תּ/תֿ זענען אין געוויינלעכן רעגיסטער פון אשכנזישן אַרויסרייד פולשטענדיקע פאָנעמען, ד.ה. זיי קענען פאָרקומען אין די זעלביקע פּאָזיציעס און טראָגן טיילווייז אַ באַטייט־אונטערשיידנדיקע ראָלע. די תנכישע כללים פון ספּיראַנטיזאַציע ווערן פולקום געפאָלגט בלויז אין אַ פאָרזיכטיקן ליינען פון מקרא.

די אַזוי גערופענע "עמפאַטישע" קאָנסאָנאַנטן טי"ת, קו"ף און צדי"ק האָבן אין אשכנז זיינע באַזונדערקייטן פאַרלאָרן. טי"ת און קו"ף זענען אידענטיש מיט זייערע ניט־עמפאַטישע כנגדים (ט' מיט תּ', ק' מיט כּ), בשעת צדי"ק האָט די רעאַליזאַציע פון אַפריקאַט t͡s.

קאָנסאָנאַנטישער ו', וואָס איז פריער געווען אַ האַלב־קאָנסאָנאַנט (דהיינו [w]) ווערט צווישן אשכנזים אַרויסגערעדט גענוי ווי ב'.

רי"ש און למ"ד האָבן פאַרשידענע רעאַליזאַציעס לויט דעם אָפּשטאַם פון ריידער צי לייענער און די געבליבענע קאָנסאָנאַנטן האָבן זייערע ווערטן ניט געביטן.

וואָקאַליזם

בשעת דער קאָנסאָנאַנטיזם ווייזט גאָר ווייניק וואַריאַציע, זענען די וואָקאַל קלאַנגען אין דער געשיכטע פון אשכנזים געווען דייטלעך אומסטאַבילער. די אַנטוויקלונג פון לשון קודשדיקן וואָקאַליזם אין אשכנז האָט בדרך כלל געפאָלגט די אַנטשפּרעכנדיקע אַנטוויקלונגען אין דער אומגאַנגשפּראַך, יידיש. דער וואָקאַלישער באַשטאַנד פון לשון קודש צווישן ריידער פון אַ דיאַלעקט פון יידיש איז אָבער ניט אידענטיש צו דעם פון דעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט אין יענער יידישער ריידעניש, לכל הפּחות ניט אין פאָרמעלן סטיל פון בעל קריאה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!