רוי:תנחום קאפלאן

ווערסיע פון 18:45, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")

אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַן (רוסיש: Анатолий Львович Каплан) - געבױרן דעם 10טן יאַנואַר 1903 אין ראָגאַטשעוו, מאָלעווער גובערניע (רוסלענדישע אימפּעריע - איצט אין ווייסרוסלאַנד); געשטאָרבן דעם 3טן יולי 1980 אין לענינגראַד (איצט פּעטערבורג אין רוסלאַנד).

אַ באַקאַנטער סאָוועטיש-אידישער גראַפיקער, מאָלער און סקולפּטאָר. ער האָט געשאַפן אַ היפּשע צאָל קינסטלערישע ווערק (איבערהױפּט ליטאָגראַפיעס) לױט די מאָטיוון פון דער ייִדישער ליטעראַטור און פאָלקלאָר, אַריינגערעכנט די סעריע "ייִדישע פאָלקסלידער", די אילוסטראַציעס צו שלום-עליכמס ביכער "טעוויע דער מילכיקער", "סטעמפּעניו", "דאָס פאַרכישופטע שניידערל" וכדומה.


אַ חוץ כלערליי קינסטלערישע אױסשטעלונגען אין ראַטן-פאַרבאַנד, האָט תּנחום קאַפּלאַן אױך אָנטיילגענומען אין העכער 25 ענלעכע אונטערנעמונגען אין אױסלאַנד, בתוכם די אױסשטעלונגען לכבוד דעם 100סטן געבורטסטאָג פון שלום-עליכם אין ניו-יאָרק (1959) און פּאַריז (1960); די אױסשטעלונגען אין לאָנדאָן (1961), טאָרינאָ און מילאַן (1962); לאָס-אַנזשעלעס (1963); ווענעדיג (1966); רױם, פּראָג, באַזעל (1967); לייפּציג, בראַונשווייג (1971) און אַזױ ווייטער.


וועבלינק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!