רוי:בארג-קייט
א באַרג־קייט איז א געאגראפישער שטח מיט א סך בערג.
אין א בארג־קייט טרעפט מען הויכלאנד אדער בארג-דורכגאנגען און טאלן. אפטמאל האבן די בערג אין א בארג־קייט מער ווי איין געאלאגיע.
די לענגסטע בארג־קייט אין דער וועלט איז די אנדן, וואס זענען לאנג 7000 ק"מ.
די אלפידן זענען א גרופע בארג־קייטן וואס הייבן אן אין אינדאנעזיע און דרום-מזרח אזיע, ווייטער דורך די הימאלייע, וואס נעמט איין די העכסטע בערג אין דער וועלט, כולל עווערעסט, וואס איז הויך 8,848 מעטער, און ציט ווייטער ביז די אלפן.