ליבעלעס
אַ ליבעלע ,Coenagrion puella
אַ ליבעלע ,Coenagrion puella
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
(unranked): Ecdysozoa
שטאַם: ארטראפאדן
קלאַס: אינסעקטן
סדר: ליבעלעס
Suborders

ליבעלעס (לאטיין: Odonata) איז אַ סדר פון אינסעקטן, וואס מען טרעפט ביי יעדן קערפער פון פרישוואסער.

די גרעסטע לעבעדיקע ליבעלעס זענען Megaloprepus caerulatus פון צענטראל אמעריקע, און Anax strenuus פון האַוואַייִ. די גיגאַנטישע "ליבעלעס" (Protodonata) פון פּאַלעאָזױ געהערן נישט צום סדר Odonata גופא, נאָר צו אַן אייגענעם סדר, וואָס איז אָבער קרוביש צו עכטע ליבעלעס.

לעבנס־ציקל

ליבעלעס האָבן נישט קיין פולע אַנטוויקלונג, דאָס הייסט, אַז קיין פּופּע האָבן זיי נישט.

אַ נקבה פּאָרט זיך פליענדיק מיט זכרים און די צונױפפּאָרונג באַגלייט זיך מיט אַ קאָמפּליצירטער פירונג. די געניטאַלן ביי זכרים זענען זייער ספּעציאַלירזירט און יעדער זכר בערשט אָפּ זיין פאָרױסגייערס ספּערמע פון נקבישע געניטאַלישע טראַקטן. נקבות לעגן אױס די אייער אין וואַסער, אױף וואַסער פלאַנצן אָדער זעלטן אין נאַסעם גרונט. עס קומען פון אייער נימפעס, וואָס לעבן אין וואַסער און זען אױס ענלעך צו דערוואַקסענע ליבעלעס, אָבער אָן פליגלען און מיט באַזונדערע אָטעם־אָרגאַנען. די נימפעס פרעסן אַנדערע וואַסער אינסעקטן מיט אַ קאָמפּליצירטן כאַפּ־אַפּאַראַט. זיי וואַקסן דורך ליניען און צו שליסן די אַנטוויקלונג זאָלן זיי אַרױסקלייבן פון וואַסער: דאָס אימאַגאָ קומט פון זיי אױף דער יבשה.


מוסטער:ביאלאגיע-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!