רוי:זיי וועלן ניט דורכגיין!

ווערסיע פון 18:17, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט באוועגט בלאט זיי װעלן ניט דורכגיין! צו זיי וועלן ניט דורכגיין! אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")
פּלאַקאַט מיט דעם לאָזונג "זיי װעלן נישט דורכגיין!" פון 1918

זיי װעלן ניט דורכגיין, אָדער אויף שפּאַניש "¡No pasarán!", איז אַן אַנטי-פאַשיסטישער לאָזונג, װאָס איז געװאָרן זייער באַקאַנט אין דער שפּאַנישער בירגער קריג.

דער רוף "זיי װעלן נישט דורכגיין!" שטאַמט פונעם שלאַכטגעשריי "On ne passe pas", װאָס דער פראַנצויזישער גענעראַל ראָבערט ניװעל האָט גערופן, װען ער האָט געקאַמפט אין דער שלאַכט אין װערדון קעגן די דייטשן אין דער ערשטער וועלט מלחמה.

אין דער צייט פון דער שפּאַנישער בירגער קריג, בעת דער באַלאַגערונג פון מאדריד, די קאָמוניסטישע קעמפערין דאָלאָרעס איבאַרורי גאָמעז האָט געהאַלטן אַ רעפעראַט מיט אָט דעם לאָזונג דעם 18טן יולי 1936. דערנאָך איז דער לאָזונג געװאָרן אַדאָפּטירט דורך די בריטישע אַנטי-פאַשיסטער באַװעגונג און איז שפּעטער באַרימט געװאָרן אויף יידיש װען אָלעק נוס האָט געניצט די זאַץ אינעם טעקסט פון "דעם מאַרש פון די "באָטװינצעס," דאָס ליד פון דער יידישער ראָטע (א"נ פון נפתלי באָטװין) װאָס האָט געקעמפט קעגן די שפּאַנישע פאַשיסטן מיט דער אינטערנאַציאָלע בריגאַדע.[1]

דער לאָזונג איז נאָך פּאָפּולער היינט צו טאָג אין קאָמוניסטישע און אַנטי-פאַשיסטישע קרייזן.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!