רוי:באראלא פאלאץ
באַראלא (שפאניש: Palacio Barolo) איז א וואלקן קראצער ביוראען געביידע וואס געפינט זיך אין 1370 מיי עוועניו, בוענאס איירעס, ארגענטינע. די געביידע דערגרייכט א הייך פון 100 מעטער און האט 22 שטאק. זי איז געפלאנעוועט געווארן דורכן ארכיטעקט מאריא פאלאנטי אינעם עקלעקטישן סטיל, און מ׳האט זי געבויט צווישן די יארן 1923-1919. ווען מ׳האט געענדיגט בויען די געביידע איז זי געווען די העכסטע געביידע אין דער שטאט און אין גאנץ דרום אמעריקע.
אין 1997 האט מען געמאלדן די געביידע א נאציאנאלער היסטארישער ארט.[1]
היסטאריע
דער איטאליענישער ארכיטעקט מאריא פאלאנטי איז באשטעלט געווארן צו פלאנעווען די געביידע דורכן איטאליענישן ביזנעסמאן לתכנן לואיס באראלא, וואס האט אימיגרירט אין ארגענטינע אין 1890 און האט געמאכט א פארמעגן פון געשטריקטן שטאף.
דעם טורעם אויף דער געביידע קען מען זען פון מאנטעווידעא, אורוגוויי.
ווען מ׳האט געענדיגט בויען די געביידע אין 1923 איז זי געווען די העכסטע געביידע אין דער שטאט און אין גאנץ דרום אמעריקע – ביז 1936, ווען מ׳האט געענדיגט בויען די קאוואנא געביידע.