רוי:עגלע בענדיקייטע

ווערסיע פון 17:48, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")

 

עגלע בענדיקייטע (Eglė Bendikaitė) (געבוירן 1976) איז אַ ליטװישע היסטאריקערין און אוניװערסיטעט־לערערין פאַר אידיש.

ביאגראפיע

עגלע בענדיקייטע איז זינט 2001 אוניװערסיטעט־לערערין פאַר ייִדיש ביים װילנער ייִדיש אינסטיטוט אין װילנער אוניװערסיטעט, און זינט 2002 אָנגעשטעלט בתּורת פאָרשערין ביים ליטװישן אינסטיטוט פאַר געשיכטע אין װילנע. זינט 2012 פאָרשט זי ביים אינסטיטוט פאַר גלאָבאַלע און אייראָפעישע שטודיעס ביים לייפּציגער אוניװערסיטעט.

2006 האָט זי אױסגעגעבן דאָס בוך "די ציוניסטישע באַוועגונג אין ליטע" (אױף ליטװיש).

ד"ר בענדיקייטע פאָרשט װעגן דער געשיכטע פון ייִדישע פּאָליטישע און קולטורעלע באַוועגונגען אין ליטע צװישן די צװיי וועלט־מלחמות, דער געשיכטע פון אַנטיסעמיטיזם אין ליטע און דער געשיכטע פון װאַנדערונגען פון אידן אין ליטע.

זי האָט אָרגאַניזירט דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון "דאָס לעבן, װערק און װירקן פון יעקב ראָבינזאָן" דעם 22סטן אָקטאָבער 2007 אין קאָװנע. עס איז געװען געװידמעט דעם פעלקעררעכט־יוריסט, פּאָליטיקער און היסטאריקער יעקב ראָבינזאָן (העברעיש׃ יעקב רובּינזון).

ביים אינסטיטוט פאַר גלאָבאַלע און אייראָפעישע שטודיעס ביים לייפּציגער אוניװערסיטעט פאָרשט ד"ר בענדיקייטע זינט 2012 װעגן "דעם לעבן, װערק און װירקן פון שמשון ראזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַפיע פון אַ גרױסער מנהיג־פּערזענלעכקייט פון די ציוניסטישע באַװעגונג".

װעבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!