רוי:וויטעבסק

ווערסיע פון 17:31, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")

װיטעבסק (װייסרוסיש: Вiцебск ;רוסיש: Витебск) איז אַ שטאָט אויף די ברעגן פון מערב-דװינע אינעם צפון-מזרחדיקן טייל פון װייסרוסלאַנד. צום ערשטן מאָל איז זי דערמאָנט געװאָרן אין די היסטאָרישע דאָקומענטן אין 1021, אָבער איר אָפיציעל גרינדונגס-יאָר איז 974.

במשך פון עטלעכע יאָרהונדערטער איז װיטעבסק געװען די הויפּטשטאָט פון אַ פּראָװינץ מיט אַ היפּשער צאָל ייִדישע תּושבים. ביים סוף 19טן י"ה, דאָס רוב איינוואוינער פון אָט דער שטאָט װי אויך פון אַ סך אַרומיקע שטעטלעך זענען געװען ייִדן (אין װיטעבסק גופא - אַן ערך 52% אין 1897).

װיטעבסק האָט געשפּילט אַ בכבודיקע ראָליע אין דער געשיכטע און קולטור פון מזרח-אייראָפּעיִשן אידנטום. אין פאַרשיידענע צייט-אָפּשניטן, איז זי געװען דער אָרט פון געבורט אָדער וואוינונג פון אַזעלכע פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן װי רבי מנחם מענדל װיטעבסקער, באַראָן יוסף גינצבורג, יהודה פּען, מאַרק שאַגאַל, על ליסיצקי, אָסיפּ צאַדקין, ש. אַנ-סקי, חיים זשיטלאָװסקי, שלמה יודאָװין, לעאָן קאָברין, איסר הראל און אַזוי װייטער.

זינט 1992, עס אַרבעט אין װיטעבסק דער מוזיי פון מאַרק שאַגאַל, װעלכער געפינט זיך אין דעם קינסטלערס געװעזענעם הויז אויף דער פּאָקראָװער גאַס.

אַלע יאָר, אין חודש יולי, עס װערט דורכגעפירט אין שטאָט דער אינטערנאַציאָנאַלער קונסט-פעסטיװאַל "דער סלאַװישער באַזאַר".

יהודה פּען: אַ גאַס אין וויטעבסק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!