רוי:באסקין-ראבינס

ווערסיע פון 09:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

צווייג פון באסקין-ראבינס אויף מעלרויז בולעוואר אין לאס אנדזשעלעס

באסקין-ראבינס (ענגליש: Baskin-Robbins) איז א גלאבאלע נעץ פון אייזקרעם זאלן געגרינדעט דורך די שוואגערס בערט באסקין און אירוו ראבינס אין 1945 אין גלענדייל, קאליפארניע אין די פאראייניקטע שטאטן. די נעץ האט בערך 5,800 צווייגן איבער דער גארער וועלט, 2,800 פון זיי אין די פאראייניקטע שטאטן.[1] די אנדערע צווייגן זענען פארשפרייט איבער מער ווי דרייסיג לענדער, כולל אויסטראליע, אינדיע, איראן, באנגלאדעש, וויעטנאם, טייוואן, טיילאנד, יאפאן, מאלייזיע, מעקסיקא, סאודי אראביע,עגיפטן, די פאראייניגטע עמיראטן, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, קאנאדע און קארעע. באסקין-ראבינס איז באקאנט מיט איר סלאגאן "31 טעמים". די ערשטע געשעפט וואס האט געעפנט אין 1945 האט פארגעלייגט נאר 21 טעמים. אבער אין 1953 האט מען פארגרעסערט די אויסקלייב פון טעמים צו 31, כדי די אויסקלייב אין דער נעץ זאל זיין גרעסער ווי ביים קאנקורענץ פון יענע צייטן - די האווארד דזשאנסאן נעץ (וואס האט רעקלאמירט זייערע 28 טעמים).

זעט אויך

וועבלינקען

רעפערענצן