דער פראיעקט איז אין די צוגרייטונג פאזע

המכלול איז נישט בלויז א גערייניגטע וויקיפעדיע. המכלול אנטשפרעכט צו זיין א אידישע און פארלעסליכע ענציקלאפעדיע מיט הויכע סטאנדארטן; עפעס וואס איז פיל מער פראפעסיאנעל, וואס אירע ארטיקלען זענען אסאך רייכער ווי די "נישט שלעכטע" וויקיפעדיע ארטיקלען.

ריכטיג צו בויען דעם בנין, דעם בית הגדול שמגדלים בו תורה וחכמה בעז"ה, הייבן מיר קודם כל אן מיט'ן הנחת אבן הפינה: הונדערט ארטיקלען געשריבן אויף יסודות'דיגע טעמעס, נאכפאלגנדיג דעם פראצעדור און סטאנדארטן פון המכלול.


הָיְתָה לְרֹאשׁ פִּנָּה
0% ארטיקלען געשריבן

פראצעדור

  1. וועלט אויס א יסודות'דיגע נושא, אין יהדות אדער אלגעמיין, וואס איר ווילט באשרייבן. (איר קענט זיך ארויסהעלפן, אויב איר ווילט, מיט המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען, קאַטעגאָריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן, אדער קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן).
  2. עפנט א דרעפט פאר דעם ארטיקל. איר קענט דרוקן אויפ'ן "דרעפט" לינק אויבן פון בלאט, וואס וועט עפענען דעם דרעפט ווי א פערזענליכע באניצער בלאט; אדער קענט איר שאפן א נייע בלאט אונטער'ן "טיוטה:" געביט (צום ביישפיל טיוטה:אברהם אבינו).
  3. עס איז כדאי אויך צו מודיע זיין דערוועגן אינעם באזונדערן אפטיילונג אויף דעם בלאט. דאס וועט געבן אינספיראציע פאר אנדערע און וועט ברענגען מעגליכע הילף פאר אייך.
  4. שרייבט און ענדיגט צו דעם ארטיקל. עס איז ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו צמא לדעת, בעז"ה.
  5. ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים שמש מרפא, מקוה, יואל ווייס, נייטראלער.