שלאַנג
ארץ-ישראלדיקער וויפער Vipera palastina
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: כארדאטן
אונטער-שטאַם: רוקנביין מין
קלאַס: Sauropsida
אונטערקלאַס: Diapsida
Infraclass: Lepidosauromorpha
איבער-סדר: Lepidosauria
סדר: Squamata
אונטער סדר: Serpentes
Linnaeus, 1758
Infraorders and Families

א שלאנג (מערצאל: "שלאנגען" אדער "שלענג") איז א רעפטיליע וואס געהערט צו פופצען פאמיליעס; זיי האבן נישט קיין פיס, קול, אויערן און אויגן-לעדלעך. זיי האבן א לאנגן שלאנקן קערפער.[2]

ס'עקזיסטירן אומגעפער 2,900 שלאנג זגאלן, און כמעט אלע לעבן אין די טראפישע לענדער. זייער ווייניק שלאנג זגאלן לעבן אחוץ דעם צפונדיקן טראפיק אדער דעם דרומדיקן טראפיק, און נאר איין זגאל דער וויפער, (Vipera berus) לעבט אריבער דעם ארקטישן קרייז. זייער הויט אזי באדעקט מיט שופן.[2] זיי זען גוט, און קען שמעקן די לופט מיט זייערע צונגען. כאטש זיי האבן נישט קיין קול, זיי קענען אבער זידן. רוב לעבן אויף דער ערט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: על גחונך תלך, אנדערע לעבן אין וואסער, און אנדערע לעבן אונטער דער ערד. קיין פיס האבן זיי נישט. אזוי ווי אלע רעפטיליעס, דארפן שלענג די היץ פון דער זון צו האלטן זיך ווארעם; צוליב דעם זענען רוב שלענג אין די ווארעמע טראפישע ראיאנען פון דער וועלט.[3]

גיפט

שלענג האבן פיל קאלירן אויף זייערע שופן. די וואס האבן טעמפ קאלירטן הויט ניצן דאס צו קאמופלירן. די וואס האבן העל־קאלירטן הויט זענען געווענליך גיפטיק. זיי ניצן זייערע העלע קאלירן צו ווארענען בעלי חיים וואס ווילן זיי באפאלן צו האלטן זיך ווייט. טייל נישט־גיפטיקע שלענג האבן די זעלבע פורעמען און העלע קאלירן ווי גיפטיקע שלענג כדי אויסנערן די וואס ווילן זיי באפאלן.[4]

רעפערענצן

  1. מוסטער:ITIS
  2. 2.0 2.1 "snake (reptile) -- Britannica Online Encyclopedia". britannica.com. Retrieved ‏4טן מאי 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  3. "Snake Facts". antiguanracer.org. Retrieved ‏4טן מאי 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  4. "Facts about Snakes". buzzle.com. Retrieved ‏4טן מאי 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)

מוסטער:ביאלאגיע-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!