רוי:איינקונפט שטייער

ווערסיע פון 22:30, 21 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זעלבשטענדיקייט" ב־"זעלבסטשטענדיגקייט")

איינקונפט־שטייער איז א שטייער וואס ארבעטער צאלן פון זייערע פארדינסטן יעדע מאל זיי באקומען באצאלט.

איינקונפט שטייערן איז די הויפט שטייער פון אלע רעגירונגן און שטעט און גייט א פאר הונדערט יאר. אלע קעניגרייכן האבן זיך אויפגעהאלטן דורך פארלאנגען שטייערן פון יעדן פארדינער לויט זיין מעגליכקייט. אין אונזער וועלט ווערט דאס געלט אראפגענומען פון יעדן געהאלט טשעק און ווער צעטיילט צו געוויסע אפטיילונגן פון די רעגירונג, אריינגערעכנט פראגראמען וועלכע זענען פאר די אייגענע בענעפיט פון דעם שטייער צאלער. די וואס נעמען נישט אראפ פון יעדע איינציגע טשעק באצאלן שטייערן אין די ערשטע מאנאטן פון יעדן נייעם יאר פאר די פארדינסטן פון דעם פארגאנגענעם יאר.

די אמעריקאנער שטייער סיסטעם איז באלד מער קאמפליצירט ווי ראקעט סייענס און עס איז כמעט נישט פאראן צוויי מענטשן וואס זאלן צאלן די זעלבע סומע געלט ווייל אפילו אויב צוויי מענטשן פארדינען די זעלבע וועלן זיי וואוינען אין אנדערע שטעט און האבן אנדערע פאמיליע סטאטוס און נאך צענדליגער זאכן וואס וועט זיי אנדערש מאכן אינעם שטייער קאוד פון לאנד.


שטייערן אין אמעריקע

ווי שטארק א מענטש זאל ליב האבן זיין רעגירונג וועט ער האבן האבן איין צייט ווען ער וועט ארויסזאגן דעם "אוי!" פון א זויערע מויל און דאס וועט זיין ווען ער וועט געוואויר ווערן אז ער דארף באצאלן עטליכע טויזענט דאלאר פאר די רעגירונג. הונדערטער פראטעסטן און רעוואלוציעס זענען געווען געבויט צוליב די קעגנערשאפט צו שטייערן און דאס איז איינע פון די מערסט בעארבעטע אישוס אין יעדע רעגירונג אפיס און ביי יעדע וואלן קאמפיין.

ראנגלערייען וועגן שטייערן גייט נאך צוריק ווען אמעריקע איז געווען קאלאניעס אונטער די בריטישע הערשאפט. די בריטישע רעגירונג האט כסדר ארויפגעלייגט מער און מער שטייערן צוליב די הויכע קאסטן פון עטליכע מלחמות וועלכע זי האט דעמאלט געפירט. די אמעריקאנער איינוואוינער זענען נישט געווען צופרידן און האבן געווארענט מיט א רעוואלט וועלכע איז טאקע שפעטער צושטאנג געקומען ווען בריטן האט ארויפגעלייגט א שטייער אויף אלע טיי וואס מען האט אריינגעברענגט פון בריטן. די רעוואלט איז באקאנט געווארן אלס די באסטאן טי פארטי ווען די טיי האנדלער האבן אריינגעווארפן אלע אנקומנדיגע טיי אין די באסטאן טייך ווי איידער צו צאלן שטייערן דערויף.

די אמעריקאנער קאלאניסטן האבן אבער אויך געקעמפט פאר זעלבסטשטענדיגקייט און האבן געהאפט אז מיט דעם רעוואלט וועלן זיי קענען אנהייבן א גרעסערע רעוואלוציע און גרינדן א זעלבשטענדיגע לאנד. דער חלום איז צושטאנד געקומען צענדליגער יארן דערויף און מען האט אפגעאטעמט האפנדיג אויף בעסערע צייטן. דאס האט אבער קיינמאל נישט פאסירט. די נייע אמעריקאנער רעגירונג האט צוריק ארויפגעלייגט אלע שטייערן וועלכע בריטן האט ארגינעל געמאכט כדי צו נוצן דאס געלט פאר מלחמה. אין 1812 האט די רעגירונג ארויפגעלייגט די ערשטע סעילס שטייער וועלכע איז געווען אויף גאלד, זילבער, צירונג, און זייגערס. מען האט פארפירט און די רעגירונג האט דאס צוריק אראפגענומען עטליכע יאר דערויף. אבער אין 1817 איז שוין די רעגירונג געווען דערשטיקט און האט איינגעשטעלט די ערשטע נאציאנאלע איינקונפט שטייער.

די שטייער סיסטעם איז קאמפלעט איינגעשטעלט געווארן אין 862' ווען קאנגרעס האט אויפגעשטעלט די אפיס אוו קאמישענער או אינטערנעל רעוועניו נאכ'ן אדאפטירן די טעקס אקט פון 861' וועלכע האט געגעבן די מאכט פאר די קאמישענער איינצוקאסירן אלע שטייערן און קאנפיסקירן פראפערטי און געהאלטן ארויפצוצווינגן די שטייער געזעצן אויף אלע בירגער. די זעלבע מאכט איז געבליבן עד היום הזה, טראץ וואס די איי-אר-עס זאגט אז די ארויפצווינגן טאקטיקן איז פארקלענערט געווארן.


די ערשטע איינקונפט שטייער

אין 863' האט די רעגירונג איינקאסירט איינקונפט שטייערן צום ערטשן מאל. די שטייער איז געווען ענליך איינגעשטעלט צו די איינקונפט שטייער וואס מיר צאלן היינט. די וואס האבן פארדינט צווישן $600 און $10,000 האבן געדארפט צאלן 3 פראצענט שטייערן. די וואס האבן פארדינט מער פון דעם האבן געצאלט מער און די וואס האבן פארדינט ווייניגער האבן בכלל נישט געצאלט. אין די נעקסטע 20 יאר האט קאנגרעס איבערגעארבעט אלע דעטאלן און איינגעשטעלט נייע ראטעס.

א צייט שפעטער האט קאנגרעס איינגעשטעלט א פלאכע ראטע פאר יעדן אייניג אבער עטליכע יאר דערויף האט מען דאס עלימינירט און מען איז צוריק צו די אלטע סיסטעם. אין 892' האט די מאכטפולע פאפוליסט פארטיי איבערגערעדט קאנגרעס צו טוישן די שטייער קאוד וועלכע איז טאקע איבערגעמאכט געווארן אין 894'. די נייע שטייער געזעץ האט נאר פארלאנגט 2 פראצענט פאר די וואס פארדינען מער פון $4,000 וואס האט נאר עפעקטירט די רייכע מענטשן פון לאנד. די נייעס סיסטעם האט אבער אויך נישט לאנג אנגעהאלטן ווען די יו-עס סופרים קאורט האט גע'פסק'נט אז די שטייער קאוד איז אומקאנסטיטוציאנעל ווייל עס שטימט נישט מיט די קאנסטיטוציע וועלכע פארלאנגט אז שטייערן דארף איינגעטיילט ווערן לויט די באפעלקערונג אין יעדע דיסטריק און נישט פאר די אינדיווידועל.

אין 913' איז די גאנצע סיסטעם צוריק איינגעשטעלט געווארן און איז געווארן א פערמענאנטע טייל פון די אמעריקאנער רעגירונג. קאנגרעס האט זיך אן עצה געגעבן מיט'ן געזעץ און געגרינדעט די 16'טע אמענדמענט וועלכע האט געלויטעט אז קאנגרעס האט די מאכט איינצושטעלן שטייערן וויאזוי עס שמעקט זיי און דארפן זיך נישט רעכנען מיט די שטעט פאפולאציעס. די נייע אמענדמענט האט געהאלפן איינשטעלן די איינקונפט שטייערן סיסטעם וועלכע האלט נאך היינט אן אן קיין שום טויש.

די איינציגסטע זאך וואס האט זיך געטוישט דורכאויס די יארן איז דער סיסטעם אז מען צאלט שטייערן יעדע וואך ווען מען באקומט דעם געהאלט טשעק. דער געדאנק איז אויפגעברענגט געווארן ביי די צווייטע וועלט קריג וועט קאנגרעס האט געזוכט א וועג וויאזוי צו ברענגן דאס געלט שנעלער צו די רעגירונג. דער סיסטעם איז אזוי געבליבן און אזוי האט די רעגירונג א שטענדיגע פלוס פון געלט א גאנץ יאר. וויאזוי אימער, איז מען אבער נישט געצווינגן צו צאלן איבער'ן יאר. אויב איינער וויל דווקא קען ער צאלן די שטייער נאר איינמאל א יאר ווען ער שיקט צוריק זיין איינקונפט טעקס ריטורן.


דער שטייער פראצעדור

כאטש רוב מענטשן טראכטן נישט פון איינקונפט שטייערן מער ווי עטליכע מאל א יאר איז עס אבער א פראצעדור וועלכע ענדיגט זיך קיינמאל נישט. מיר וועלן נוצן א בייפשיל פון אן אמעריקאנער ארבייטער וועלכע מיר וועלן רופן מיט'ן נאמען ראובן און באטראכטן וויאזוי ער גייט דורך די שטייער פראדעצור איבער'ן יאר.

דער שטייער פראדעצור הייבט זיך אן ווען ראובן הייבט אן א נייע דזשאב. ראובן וועט דיסקוסירן זיין קאמפענסאציע מיט זיין ארבעט'ס געבער וועלכע וועט ווערן אויסגערעכנט וערן אין זיין גראוס איינקונפט ביי די ענדע פון די יאר. ראובן'ס ארבעטס געבער וועט אים געבן די 4-W פראגע בויגן אין וועלכע ער דארף ענטפערן אויף אלע זיינע פערזענליכע אינפארמאציע ווי וויפיל קינדער ער פארמאגט און צי זיין פרוי ארבעט אדער נישט. די אינפארמאציע אויף דעם פארעם גיט דעם אקאונטענט די אינפארמאציע וויפיל שטייערן מען זאל אראפנעמען פאר ראובן יעדע וואך. אויב ראובן געבוירט נאך א קינד אדער אויב זיין פרוי וועט אנהייבן ארבעטן וועט זיך אלעס טוישן און ער וועט מוזן איבערמאכן די פארעם. די איי-אר-עס רעקאמענדירט מען זאל דאס איבערמאכן איינמאל א יאר זיכער צו מאכן אז מען צאלט נישט איבער קיין שטייערן אדער צו ווייניג.

די הויפט זאכן וואס ווערן גענומען אין באטראכט ציילן 6 און לויט דעם וועט מען אויסשטעלן זיין טשעק. ערשטנס רעכנט מען זיין גראוס איינקונפט וואס רעכנט אריין אלע געלט וואס ער פארדינט איבער'ן יאר, אריינגערעכנט אינטערעסט אדער אנדערע פארדינסטן. דערנאך רעכנט מען אראפ געלטער וועלכע ווערן אינוועסטירט אין פלעצער וועלכע מען דארף נישט צאלן קיין שטייערן ווי רעטייערמענט פלענער, ערציאונג געלטער און אלעס ענליך.

דערנאך רעכנט מען אראפ אנדערע אויסגאבן וועלכע די רעגירונג פארלאנגט נישט קיין שטייערן דערפאר ווי אינטערעסט וועלכע מען צאלט פאר א מארטגעדזש, מעדיקל אויסגאבן און ענליכס. מען האט די ברירה דאס אויסצורעכנען אין דעטאלן אנפאנג יאר אדער נעמט מען אראפ סטאנדארטע סכום און מען גלייכט דאס אויס ענדע יאר ווען מען שטעלט אויס די טעקס ריטורן.

מען רעכנט דאן צוזאם אלע געלט וועלכע דארפן לעגאל גענומען ווערן שטייער און מען שטעלט עס צו איינע פון די 6 שטייער ראטעס וועלכע אמעריקאנער צאלן. מען צאלט צווישן 10 און 35 פראצענט, געוואנדן לויט וויפיל מען פארדינט און וויפיל מען קען אראפנעמען. דערנאך זענען ווייטער פאראן עטליכע קרעדיטס ווי טשיילד קעיר און ענליכע זאכן.

ראובן'ס פירמע דארף דעפאזיטן דאס געלט וועלכע זיי האלטן אפ פון זיינע טשעקן אין א פעדעראלע רעזערוו באנק ביי די ענדער פון יעדע שטייער צייט אפשניט פון די פירמע. רוב פירמעס האבן א שטייער פעריאד פון 4 מאל פער יאר און טייל האבן יעדע מאנאט. דאס געלט וועלכע קומט אריין אין די רעזערוו בענק ווערן ווייטער אינוועסטירט און די רעגירונג פארדינט דערויף אינטערעסט.


שטייער דעקלאראציע

ביי דער ענדע פון יעדן שטייער יאר דארף ראובן'ס פירמע אים שיקן א 2-W פארעם אין די פאסט. די פארעם וועט טייטלן וויפיל ראובן האט פארדינט אים דעם פארגאנגענעם יאר און וויפיל שטייערן ער האט באצאלט אלעס צוזאמען דורכאויס די יאר. די אינפארמאציע איז געווענליך אויך דאקומענטירט אויף דעם לעצטן טשעק פון די יאר אבער די 2-W פארעם איז ספעציעל געמאכט צו שיקן פאר די איי-אר-עס.

די איי-אר-עס באקומט ארום 135 מיליאן טעקס ריטורנס יעדע אנפאנג יאר און אלע אינפארמאציע דארף ווערן אריינגעלייגט אין די סיסטעם. פארשטייט זיך אז די אגענטור נעמט אויף טויזענטער סעזאן ארבייטער וועלכע העלפן מיט דעם פראדעצור. זינט די וועלט איז איבערגענומען געווארן פון קאמפיוטערס האבן מענטשן אנגעהויבן מאכן די טעקס ריטורן עלעקטראניש וועלכע נעמט אסאך שנעלער און גייט אויטאמאטיש אריין אין די אגענטור'ס סיסטעם וועלכע מאכט אלעס אסאך שנעלער. אין די פארגאנגענע יאר האבן ארום 50 מיליאן מענטשן געשיקט זייער טעקס ריטורן עלעקטראניש דורך א רייע ספעצילע פראגראמען וועלכע זענען געמאכט פארדעם און איז פיל ביליגער ווי צו נוצן אן אקאונטענט.

איינמאל די איי-אר-עס באקומט ראובן'ס טעקס ריטורן וועט זי אריילייגן זיין שטייער אינפארמאציע אין איר דאטא סיסטעם וועלכע ווערט אויך געהאלטן אין מאגנאטיש טעיפ מאשינען. אויב ראובן האט געצאלט צו ווייניג שטייער דורכאויס די יאר וועט ער דארפן צולייגן א טשעק מיט די סכום. און פארקערט אויב ער האט איבערגעצאלט אדער האט באקומען נייע קרעדיטן וועט אים די איי-אר-עס צוריקשיקן א טשעק אין עטליכע וואכן. אויב מען גייט עלעקטראניש נעמט עס פיל שנעלער און מען קען אויך פארלאנגן די איי-אר-עס זאל טראנספערירן דאס געלט דירעקט אין א באנק אקאונט אנשטאט א טשעק. ארום 80 פראצענט מענטשן באקומען צוריק געלט יעדעס יאר און די איבעריגע דארפן צאלן.


די שטייער סיסטעם

עס איז נישט פאראן נאך א אישו וועלכע איז שוין אזויפיל דיסקוסירט געווארן איבער די יארן. יעדע פרעזידענט קאנדידאט האט עפעס א נייע פלאן וויאזוי צו טוישן די שטייער סיסטעם. אין אלגעמיין האלטן די רעפובליקאנער אז יעדער דארף צאלן שטייערן אפילו דער ארימער און דער רייכער זאל נישט צאלן מער נאר ווייל ער איז רייך. די דעמאקראטן זענען אבער ביי דער מיינונג אז די ארימע זאלן צאלן וואס ווייניגער שטייערן און די רייכע זאלן צאלן וואס מער.

די צוויי קאנצעפטן זענען זייער אנדערש איינע פון די אנדערע און עס זענען פאראן הונדערטער בענעפיטן און חסרונות צו ביידע זייטן. די רעפובליקאנער האבן א גוטע טענה צו דעם וואס די רייכע צאלן מער שטייערן, שרייענדיג אז אדרבה, אויב ער האט באוויזן זיך אנצופלאגן און מאכן אסאך געלט וואס בויט די ענקענאמיע פון לאנד זאל די רעגירונג אים נישט באדאנקן מיט בעטן מער שטייערן. די דעמאקראטן זאגן אבער אז עס איז גרינגער פארן רייכן צו צאלן אסאך שטייערן ווי פאר'ן ארימאן דאס ביסל וואס ער דארף צאלן. איינער וואס האט נישט קיין געלט קומט אן שווער צו צאלן אפילו $500. יעדער וואלט ענדערש מסכים געווען צו מאכן א מיליאן דאלאר און באצאלן 250,000 אין שטייערן ווי איידער מאכן $30,000 און נאר צאלן עטליכע הונדערט דאלאר.

איבער די יארן זענען געווארן פאפולער צוויי שטייער סיסטעם פארשלאגן וועלכע רופן זיך די פלאכע שטייער און די נאציאנאלע סעילס שטייער.

די פלאכע שטייער איז ערשט פארגעשלאגן געווארן דורך דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט סטיוו פארבס, דער פארזיצער פון די באוואוסטע פארבס מאגאזין, וועלכער האט קאמפיינט אז ער וועט איינשטעלן א פלאכע שטייער סיסטעם, וואס טייטש אז יעדער אן אויסנאם וועט צאלן איין ראטע (עס האט געהייסן 17 פראצענט) און די טעקס ריטורן וועט נישט זיין גרעסער ווי א פאסט קארטן. עס וועט פרעגן די סך הכל וויפיל מען האט פארדינט און וויפיל פון דאס געלט דארף געצאלט ווערן דערויף שטייערן און אויף דאס געלט וואס בלייבט איבער זאל מען צאלן די באשטימטע פלאכע ראטע און מער זאל מען נישט קענען אראפנעמען קיין קרעדיטס.

פארבס האט צוויי מאל (96' און 00') פרובירט צו לויפ'ן פאר פרעזידענט אבער ער איז שטארק קריטיקירט געווארן פאר זיין פלאן און מען האט אים באשולדיגט אז מיט דעם נייעם סיסטעם וועט ער אליינס פארדינען מיליאנען דאלארן, זייענדיג א מולטי מיליאנער. ער האט פרובירט פארזיכער'ן אז ער וועט נישט הנאה האבן דערפון צו ווייזן אז ער מיינט נישט זיך אבער עס האט אים נישט געהאלפן.

אן ענליכע פלאן איז פארגעשלאגן געווארן דורך קאנגרעסמאן דיק ארמי אבער ער האט שוין געזאגט אז די שטייער קאוד וועט זיך נאר אנהייבן פאר די וואס פארדינען העכער $36,800 א יאר וואס מיינט אז די ארימע און די רייכע וועלן פארדינען און דער דורכשניטליכער פארדינער וועט בלייבן בערך די זעלבע.

א צווייטע פאלן איז פארגעשלאגן געווארן דורך א שטאַט־דעפארטמענט באאמטער אלאן קיעס וועלכער האט געהאלטן אז מען דארף אינגאנצן באזייטיגן די איינקונפט שטייערן און אנשטאט ארויפלייגן א פעדעראלע סעילס שטייער אויף אלע פראדוקטן וואס מען קויפט. קיעס האט געזאגט אז אין זיין פלאן וועט פארגרינגערן די גאנצע שטיער סיסטעם און מען וועט אויך קענען באזייטיגן די איי-אר-עס וועלכע איז אן ארגאניזאציע וועלכע קאסט אפ אסאך געלט פאר די רעגירונג און מענטשן האבן אסאך טענות אויף די אגענטור.

קיעס איז געלאפן פאר פרעזידענט אין 00' און איז קריטיקירט געווארן דורך פרעזידענט קלינטאן אז זיין פלאן וועט אויפהערן אריינברענגן א גייענדיגע פלוס פון פאנדן צו די רעגירונג. אויך האט ער געטענה'ט אז אויב עס וועט נישט זיין קיין איינקונפט שטייערן וועלן אויך די לאקאלע רעגירונגן מזון העכער'ן די סעילס שטייער וואס וואלט שוין געווען צו א טייערע פרייז און וואלט שטארק עפעקטירט די ארימע וועלכע דארפן קויפן לעבנסוויכטיגע פראדוקטן פונקט ווי די רייכע.

יעדער פרעזידענט זאגט צו עפעס אהער און עפעס אהין אבער למעשה האט זיך די סיסטעם כמעט נישט געטוישט זינט די צווייטע וועלט קריג און די שטייער קאוד פון די פאראייניגטע שטאטן איז פארבליבן די מערסט קאמפליצירסטע שטייער סיסטעם אין די וועלט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!