ווערא רובין
וואוינארט פרינסטאן, ניו זשערסי
פרעמיעס און פארערונג ברוס מעדאל
הויפט ביישטייערן
גאלאקסיע ראטאציע פראבלעם
טונקעלע מאטעריע
רובין-פארד עפעקט

ווערא רובין (ענגליש: Vera Rubin;‏ 23סטן יולי 1928 - 25סטן דעצעמבער 2016[1]) איז געווען א יידיש־אמעריקאנער אסטראנאמין. זי איז באוואוסט פאר איר פארשונג וועגן די באוועגונג פון גאז און שטערן אין גאלאקסיעס, וואס די פארשונגען האבן אנטפלעקט אומבאוואוסטע קאמפאנענטן פונעם אוניווערס און ספעציעל טונקעלע מאטעריע.[2]

לעבנסגעשיכטע

ווערא רובין איז געבוירן געווארן אין פילאדעלפיע דעם 23סטן יולי 1928, אין א משפחה פון יידישע אימיגראנטן. איר פאטער פיליפ קופער, א ווילנער, איז געווען אן עלעקטרישער אינזשעניר. איר מוטער  ראזא (געבוירן אפלבוים), געבוירן אין בעסאראביע, האט געארבעט ביי דער "בעל" טעלעפאן פירמע.

ווען זי איז געווען אלט 10 יאר איז זי אריבער מיט איר משפחה קיין וואשינגטאן. שוין יונגערהייט האט זי זיך אינטערעסירט אין אסטראנאמיע. איר פאטער האט זי געהאלפן צו בויען איר ערשטן טעלעסקאפ ווען זי איז געווען אלט 14.

ביי די 20 יאר האט זי חתונה געהאט מיט ראבערט רובין, א פיזישער כעמיקער, וועמען זי האט דערקענט אין פארלויף פון זייער שטודירן אין קארנעל אוניווערסיטעט. זיי האבן א טאכטער און דריי זון, אלע פיר מיט דאקטאר דיפלאמען אין וויסנשאפט.


ווערא רובין איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג חנוכה תשע"ז, דעם 25סטן דעצעמבער 2016.[1]. אויף איר נאמען ווערן גערופן:

  • דער רובין-פארד עפעקט (א באגריף אין אסטראנאמיע)
  • דער אסטערויד רובין 5726

וועבלינקען

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!