רוי:מאנאוס

ווערסיע פון 11:14, 13 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")

מאַנאַוס איז די הױפּטשטאָט פון דער פּראָװינץ אַמאַזאָנאַס אין בראַזיל. די שטאָט ליגט ביים איינמינדונג פון די טייכן נעגראָ און סאָלימאָיִנש. דער קלימאַט אין מאַנאַוס איז זײער הײס און פייכט, און פאַר עטלעכע לייט, אומדערטרעגלעך.

מאַנאַוס פלעגט זיין זײער אַ רייכע שטאָט אינעם 19טן יאָרהונדערט צוליב דער קאַוטשוק-פּראָדוקציִע פון די גומי-בײמער װאָס װאַקסן אינעם אַמאַזאָנאַס-װאַלד. שפּעטער מיט דעם אַריינפיר פון גומי-בײמער אין בריטישער מאַלייזיִע איז געװען די קאָנקורענץ אַזױ גרױס, אַז מאַנאַוס האָט אַ סך פון איר רייכטום פאַרלױרן. די פּראָדוקציִע פון סינטעטישן גומי איז געװען דער סוף פון רייכטום.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!