רוי:פאנעוועזש

ווערסיע פון 12:39, 9 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידנטום" ב־"אידנטום")
פאנעוועזש
Panevėžys
Panevėžys001.JPG
צענטער פון שטאט
מדינה / טעריטאָריע Flag of Lithuania.svg ליטע
גרינדונג דאַטע 1503
קאָאָרדינאַטן 55°44′00″N 24°21′00″E / 55.7333333333333°N 24.35°E / 55.7333333333333; 24.35 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
גובערניע פאנעוועזשער גובערניע
שטח 54 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

95,218‏
1,763 באוואוינער א ק"מ2 
צייט זאָנע UTC+2
http://www.panevezys.lt
[[טעקע:{{{2}}}|220px]]

פּאָנעוועזש (ליטוויש: Panevėžys) איז די פינפטע גרעסטע שטאט אין ליטע. ער האט א שטח פון בערך פופציג קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג איבער 119,000 (2004), מערסטנס ליטווינער. די שטאט ליגט אינעם פלוין פונעם טייך נעוועזש. דער נאמען פון דער שטאט באדייט "אוייפן נעוועזש".

פאנעוועזש געפינט זיך אין צענטראל ליטע אויפן האלבן וועג צווישן ריגא און ווילנע, די צוויי גרעסטע שטעט אין די באלטישע לענדער. זיין צענטראלע געאגראפישע לאקאציע מאכט גרינג דער פארקער דורך גיכע שאסייען און אייזנבאנען צו און פון אנדערע שטעט אין ליטע, ווי אויך צו קעניגסבערג, די הויפטשטאט פון קאלינינגראד גובערניע, א רוסישע ענקלאווע אין ליטע.

היסטאריע

נאך דער  אינדוסטריעלער רעוואלוציע, וואס האט פאסירט אין ליטע אינעם סוף פונעם 19טן יארהונדערט, זענען די ערשטע אונטערנעמונגען אויפגעשטעלט געווארן אין דער שטאט, די באנק סיסטעם איז געווארן פארברייטערט און דער האנדל האט געוואקסן. אין אנהייב דעם 20סטן יארהונדערט איז די שטאט געווארן א חשובער עקאנאמישער און קולטורעלער צענטער. אין דער תקופה צווישן די צוויי וועלט-מלחמות, ווען ליטע איז געוואן אומאפהענגיק האט די באפעלקערונג פון דער שטאט ווייטער געוואקסן. ביים צענזוס פון 1923, האט די שטאט געהאט 19,000 באוואוינער. אין 1939 איז די צאל ארויף צו 26 טויזנטע. אין יוני 1940 האבן רוסישע קראפטן איבערגעוועלטיגט די שטאט, און האבן געמאלדן איר אנעקסירונג צום סאוועטן פארבאנ. א גרויסע צאל איינוואוינער זענען געווארן דעפארטירט קיין סיביר אדער האבן געליטן אנדערע רדיפות. אין יולי 1941 איז די שטאט איינגענומען געווארן דורך די נאציס אין אפעראציע בארבאראסע.

אידנטום

אין דער יידישער היסטאריע איז די שטאט באוואוסט צוליב דער פאנעוועזשער ישיבה וואס דער לעצטער רב (פון תרע"ט ביז ת"ש), הרב יוסף שלמה כהנעמאן, האט אויפגעשטעלט אין בני ברק אויפן נאמען פון דער פאנעוועזשער קהילה.

הרב כהנעמאן האט לכתחילה אויפגעשטעלט די ישיבה "אהל יצחק" (אויפן נאמען פונעם פריערדיקן רב) אין פאנעוועזש, און די ישיבה איז גערעכנט געווארן איינע פון די חשוב'סטע ישיבות אין ליטא אין דער תקופה צווישן די צוויי וועלט-מלחמות.

פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען אידן געווען 36% פון די איינוואוינער אין דער שטאט, עטלעכע 7,000 מענטשן. שפעטער איז די צאל אראפגעגאנגען ביז אין 1939 זענען זיי געווען נאר 6,000 (22% פון די איינוואוינער).

רבנים פון פאנעוועזש

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!