רוי:מואמאר קאדאפי

ווערסיע פון 23:20, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: װ ← וו)
קאדאפי אין 2009

מואַמאַר קאַדאַפי (אראביש: معمر القذافي) (7טן יוני 1942 - 20סטן אקטאבער 2011) איז דער געוועזענער פרעזידענט פון ליביע. ער האט געכאפט די הערשאפט אין א רעוואלוציע אין סעפטעמבער 1969.

ער איז געבוירן צו זיינע עלטערן, בעדואינער פאסטוכער, אין א געצעלט נעבן סירטע ביים ברעג פונעם מיטטלענדישן ים.

ער האט אפגעלאזט א געגאראפיע קורס זיך אנצושליסן אין מיליטער, און האט איבערגענומען די מאכט אין א בלוט-לאזע מיליטערישע רעוואלוציע ווען ער האט אראפגעווארפן קעניג אידיריס פון זיין שטוהל.

אין די 1970'גער יארן האט ער ארויסגעגעבן זיין "דריטע אוניווערסאלע טעאריע", דאס איז א מיטל-וועג צווישן קאפיטאליזם און קאמאניזם. אזוי ווי ער באשרייבט דאס אין זיין בארימטן "גרינעם בוך".

ער איז אלע יארן געווען א שטארקער שטיצער פון טעראר, און אמעריקע האט שטארק געליטן פון זיין טעראר. אין זיינע לעצטע יארן האט ער פראבירט תשובה צו טאן און זיך מער ווייניגער אפגעלאזט פון טעראר, און ער האט מסכים געווען אז אינספעקטער'ס זאלן איבער קוקן זיינע וואפן. און זיך צו אנטשולדיגן פאר די פען עם אויפרייס. ווארשיינליך ווייל ער האט געזעהן וואס איז געשעהן פאר זיין שכן סאדאם כוסעין. אבער ביז 2011 האט ער נאך אלץ די וואפן.

אין פעברואר 2011 - נאך די אומרוהען אין טוניזיע און עגיפטן - האבן אויסגעבראכן ווילדע פראטעסטן קעגן זיין רעזשים און ס'איז געווארן אן אויפשטאנד. קאדאפי האט פארשפראכן אז אויב פעלט עס אויס וועט ער שטארבן א מארטירער אין זיין שלאכט קעגן די רעבעלן.

און אין חודש תשרי תשע"ב איז ער טאקע אומגעקומען אין די הענט פון זיין פאלק ווען ער איז געווען אויפן וועג צו אנטלויפן פון לאנד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!