רוי:מערב האלבקיילעך

ווערסיע פון 21:11, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (2))
דער מערב האלבקיילעך באטאנט געל
דער מערב האלבקיילעך

דער מערב האלבקיילעך (אדער די מערב האלבקויל) איז די העלפט פונעם ערד-פלאנעט וואס געפינט זיך מערב פונעם גריניטש מערידיאן, ד"ה דער 0° מערידיאן וואס גייט אדורך גריניטש אין לאנדאן, ביזן 180° מערידיאן, וואס איז א גרויסער טייל פון דער אינטערנאציאנאלער דאטע ליניע. דער מערב האלבקיילעך נעמט די קאנטינענטן צפון און דרום אמעריקע, ווי אויך די מערבדיקע טיילן פון אייראפע און אפריקע און א טייל פון אנטארקטיקע.

די צווייטע העלפט פון דער וועלט ווערט גערופן דער מזרח האלבקיילעך.

געאגראפיש האט דער מערב האלבקיילעך נישט קיין חשיבות.

גאנץ פארשפרייט אין דער פאליטישער שפראך, באדייט דער מערב האלבקיילעך דעם קאנטינענט פון אמעריקע און די ארומיקע אינזלען ("די נייע וועלט").

די באפעלקערונג פון דער מערב האלבקיילעך איז העכער פון א ביליאן מענטשן. דער העכסטער בארג אינעם מערב האלבקיילעך איז אקאנקאגוא (6,961 מעטער).

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!