רוי:ליבעלעס
ליבעלעס | ||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אַ ליבעלע ,Coenagrion puella
| ||||||||||
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||
| ||||||||||
Suborders | ||||||||||
ליבעלעס (לאטיין: Odonata) איז אַ סדר פון אינסעקטן, וואס מען טרעפט ביי יעדן קערפער פון פרישוואסער.
די גרעסטע לעבעדיקע ליבעלעס זענען Megaloprepus caerulatus פון צענטראל אמעריקע, און Anax strenuus פון האַװאַייִ. די גיגאַנטישע "ליבעלעס" (Protodonata) פון פּאַלעאָזױ געהערן נישט צום סדר Odonata גופא, נאָר צו אַן אייגענעם סדר, װאָס איז אָבער קרוביש צו עכטע ליבעלעס.
לעבנס־ציקל
ליבעלעס האָבן נישט קיין פולע אַנטװיקלונג, דאָס הייסט, אַז קיין פּופּע האָבן זיי נישט.
אַ נקבה פּאָרט זיך פליענדיק מיט זכרים און די צונױפפּאָרונג באַגלייט זיך מיט אַ קאָמפּליצירטער פירונג. די געניטאַלן ביי זכרים זענען זייער ספּעציאַלירזירט און יעדער זכר בערשט אָפּ זיין פאָרױסגייערס ספּערמע פון נקבישע געניטאַלישע טראַקטן. נקבות לעגן אױס די אייער אין װאַסער, אױף װאַסער פלאַנצן אָדער זעלטן אין נאַסעם גרונט. עס קומען פון אייער נימפעס, װאָס לעבן אין װאַסער און זען אױס ענלעך צו דערװאַקסענע ליבעלעס, אָבער אָן פליגלען און מיט באַזונדערע אָטעם־אָרגאַנען. די נימפעס פרעסן אַנדערע װאַסער אינסעקטן מיט אַ קאָמפּליצירטן כאַפּ־אַפּאַראַט. זיי װאַקסן דורך ליניען און צו שליסן די אַנטװיקלונג זאָלן זיי אַרױסקלייבן פון װאַסער: דאָס אימאַגאָ קומט פון זיי אױף דער יבשה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!