רוי:ירושלים אמבאסאדע אקט

ווערסיע פון 19:12, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: , ← ,)

 

די איצטיגער יו.עס. אמבאסאדע אין תל אביב-יפו

דער ירושלים אמבאסאדער אקט פון 1995 איז א געזעץ פון די פאראייניקטע שטאטן וואס איז אדורכגעפירט געווארן אין דעם 104טן קאנגרעס אום 23טן אקטאבער 1995 מיט גאר א גרויסער מערהייט וואס פארפליכטעט אריבערצופירן די יו.עס. אמבאסאדע אין ישראל פון תל אביב צו ירושלים.

דער געזעץ איז געשטיצט געווארן אינעם סענאט דורך 93 אקעגן 5, און אינעם רעפרעזענטאנטן-הויז מיט 374 שטימען אקעגן 37.

אלע פרעזידענטן ביז היינט, סיי דעמאקראטישער און סיי רעפּובליקאַנער (אריינגערעכנט באראק אבאמא, דזשארדזש וו. בוש,) האבן פארפליכטעט ווען זיי זענען געלאפן פאר פרעזידענט אז זיי גייען למעשה אריבערפירען די אמבאסאדע אבער ווען זיי זענען געקומען צום מאכט האבן זיי געניצט דעם לעגאלן כח צו מאכן א צייטווייליגע פארזוימונג דאס אריבערפירן מיטן אויסרייד אז עס וועט אנזייען א כאאס אין דעם ראיאן.

אבער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט יא פארפליכטעט זיין צוזאג ווען אין דעצעמבער 2017 האט ער געמאלדן אז די פאראייניקטע שטאטן וועט אפיציעל אנערקענען ירושלים אלץ דער הויפט שטאט פון ישראל און וועט אריבערפירן אהין איר אמבאסאדע

די טראמפ אדמינסיטראציע האט געמאלדן אז די אמבאסאדע פון די פאראייניקטע שטאטן און ישראל וועט ווערן אריבערגעפירט און ירושלים מאי דעם 14טן 2018, ווען ישראל פייערט 70 יאר צו איר זעלבסשטענדיקייט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!