רוי:אשאקא
אַשאקאַ דער גרויסער (סאנסקריט अशोकः; 304–232 פאר דער ציווילער רעכענונג), אדער אַשאקאַ בינדוסרא מאוריא, איז געווען אן אינדישער קייסער, דער דריטער קייסער פון דער מאורישער דינאסטיע, וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן אינדישן אונטער-קאנטינענט צווישן די יארן 273 פאר דער ציווילער רעכענונג און 232. אשאקא איז געווען איינער פון די גרעסטע קייסרים פון אינדיע; אין זיינער תקופה האט די מאורישע אימפעריע זיך פארשפרייט פונעם הינדו קוש (אין היינטיקן פאקיסטאן און אפגאניסטאן) אין מערב, ביז באנגלאדעש און דעם שטאַט פון אסאם אין מזרח, און ביז קארנאטקע אין דרום, דאס הייסט, דעם גאנצן אינדישן סוב־קאנטינענט אחוץ טיילן פון היינטיקן טאמיל נאדו און קעראלא.
אשאקא איז געבוירן געווארן אין פאטאליפוטרע, די הויפטשטאט פון דער מארישער אימפעריע, דער זון פונעם קייסער בינדוסארא און דער אייניקל פון טשאנדראגופטא מאוריע, דער גרינדער פון דער מארישער דינאסטיע.
אין זיינע יונגערע יארן איז ער געווארן א גובערנאטאר נאכדעם וואס טשאנאקיע האט אונטערגעדריקט 12 אדעלן.
זיין הערשאפט
אשאקא האט אנגעהויבן זיין הערשאפט אין 273 פאר דער ציווילער רעכענונג, און האט פארגעזעצט די אייננעמונגען וואס זיין זיידע און זיין פאטער האבן אנגעהויבן. אונטער זיין הערשאפט האט די אימפעריע געזען 41 יארן פון שלום, מיט סאציאלער הארמאניע צווישן די פארשידענע רעליגיעס (דזשייניזם, הינדואיזם און בודהיזם).
נאך א גרויסער מלחמה אין וואס מער ווי 200,000 מענטשן זענען געהרגעט געווארן, האט אשאקא באשלאסן אויפצוהערן פירן מלחמות, און ער האט אויף זיך גענומען די רעליגיע פון בודהיזם. ער האט אויפגעשטעלט 18 שפיטעלער אין זיין אימפעריע. מוסטער:ביא-שטומף