רוי:הייפיש

ווערסיע פון 17:00, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי, שוויץ ← שווייץ (2))
אַן הייפיש

א הייפיש איז א פיש וועלכע איז גרויס אבער לייכט און איז פון די גרויסע פענגער אין ים.

דער הייפיש איז איינע פון די קלוגסטע און געלונגענסטע באשעפענישן אין ים צו וועלכע די אנדערע האבן גרויס רעספעקט.

וויסנשאפטלער האבן שוין געהאט אסאך נוצן פון הייפישן פאר פסיכאלאגישע אנטוויקלונגען. הייפיש פישן זענען באשאנקן מיט ספעציעלע כאראקטעריזם וואס מאכט זיי שטארק עפעקטיוו סיי צו פאנגן און אויך זיך אליינס צו ראטעווען.

הייפיש האבן שטענדיג אטאקירט מענטשן אין ים און ווייניג האבן זיך ארויסגעדרייעט פון זייערע שארפע ציינער. אין די לעצטע יארן האט מען געהערט פון זייער אסאך הייפיש אטאקעס ביי די ברעגעס פון פלארידע און די קאריביען. די הייפיש זענען געווענליך געקומען צום בארטן ווען עס איז געווען שטיל און זייערע קרבנות זענען געווען אליינס. כאטש נעבן די יבשה זענען זיי ווייניגער פעאיג ווי אינמיטן ים, האבן זיי אטאקירט און פארוואונדעט הונדערטער בלויז אין די לעצטע עטליכע יאר.


די הייפיש אנאטאמיע

ווען מענטשן טראכטן פון הייפישן וועט זיך זיי געווענליך אויסמאלן דער גרויסער ווייסער הייפיש וועלכע זיי האבן געזען אין אקוואריומס אדער אויף בילדער און ווערט אנגערופן דער גרויסער ווייסער הייפיש. זיין קערפער געבוי איז אויג-פארכאפנד און זיין מויל מיט די פילע שארפע ציינער ווארפט א פחד. למעשה זענען אבער פאראן איבער 400 ערליי הייפישן וואס לעבן היינט אין די וואסערן און ווערן צוטיילט לויט זייער גרויס און ערטער וואו זיי געפינען זיך. איבער 50 פראצענט פון הייפישן זענען ווייניגער פון 3 פיס לאנג וואס איז די גרויס פון סיי וועלכע גרויסע פיש.

א הייפיש איז אנדערש פון אלע אנדערע פיש אין ים דורך זיין קערעפרליכן געבוי. רוב פיש און אנדערע קליינע באשעפענישן פארמאגן א געביין פון הארטע ביינער וועלכע פארנעמען דאס גרעסטע טייל פון דעם באשעפעניש'נס וואג. הייפיש פארמאגן א געביין פון קארטילעזש וועלכע איז די זעלבע סארט ביין וועלכע געפינט זיך און אונזערע נאז און אויערן. דאס מאכט דעם הייפיש זייער לייכט אין וואג וועלכע האלט אים גרינגער אויפ'ן וואסער און לאזט אים שנעלער באוועגן.

אויך זיין הויט איז פיל בעסער ווי אלע אנדערע פיש מיט דעם ווייל עס איז צוזאמענגעשטעלט פון גאר קליינע הויט באשטאנדטיילן אין פארעם פון מענטשליכע ציינער וועלכע לאזט אים זיין מער אקטיוו און דאך מער באשיצט.

א הייפיש אטעמט ווי אלע אנדערע פיש דורך שלינגען וואסער וועלכע וועפט אויס איר אקסיגען איינמאל עס גייט אריין אין זיין קאפ. דאס איז ווייל ארום דאס ארט וואו די וואסער האלט זיך איז פאראן א נידעריגערע אקסיגן דרוק וואס מאכט אז די געדיכטע אקגיסן אין דאס וואסער זאל אויסוועפן און דערנאך ווערט עס פארשפרייט צו די גאנצע קערפער און דאס איבעריגע וואסער רינט צוריק ארויס פון ספעציעלע לעכער וואס געפינען זיך ביי רוב פיש העכער זייער קאפ. דער הייפיש האט נישט קיין לעכער העכער'ן קאפ נאר אנשטאט האט ער א ווענטולאציע סיסטעם אויף ביידע זייטן פון זיין קערפער וועלכע מען קען גוט זען. אויב איר וועט באטראכטן דעם הייפיש וועט איר גרינג קענען באמערקן וויאזוי ער שלינגט אריין גאלאנען וואסער און סעקונדן שפעטער פליסט עס צוריק ארויס פון זיין ווענטולאציע סיסטעם און וויבאלד דאס וואסער איז שוין דעמאלט ווארימער וועט איר דאס גרינג קענען באמערקן.

רוב פיש און אויך רוב הייפיש פיש מוזן זיך באוועגן אין וואסער כדי צו קענען אפערירן זייער אטעם סיסטעם. ווען זיי שווימען עפענען זיי די מויל און דאס וואסער שטראמט אריין און מיט'ן זעלבן כוח צוריק ארויס. טייל הייפיש זענען מער וואונדערליך ווי דעם און זיי פארמאגן א ספעציעלע פאמפ, ענליך ווי דעם מענטש'נס לונגן, וועלכע פאמפ אריין און ארויס דאס וואסער אן דעם וואס ער זאל זיך דארפן באוועגן.

עס זענען פאראן הייפיש אין אלע סייזעס און פארעמעס. דער קלנעסטער הייפיש איז נישט מער ווי 6 אינטשעס לאנג ווען אינגאנצן אויפגעוואקסן. דער גרעסטער הייפיש, ווערט אנגערופן די וואל-הייפיש, קען זיך מעסטן 40 פיס לאנג. רוב הייפיש זענען ווי דער פארעם פון א טארפעידא (אן אונטערוואסער באמבע וועלכע ווערט ארויסגעשאסן פון סובמארינען) אבער עס זענען פאראן הייפיש וועלכע זענען אינגאנצן פלאך.

הייפיש ווערן אויך צעטיילט לויט זייערע געוואוינהייטן. מען קען זיי געפינען אין וואסער'ן איבער די גאנצע וועלט און שווימען אין אלע אקעאן טיפקייטן. די גרויסע אקטיווע הייפיש שווימען געווענליך ביי א מיטעלסטע טיפקייט און קומען אסאך ארויס צום אויבערפלאך און די קלענערע הייפיש דרייען זיך נאר ביים ים אפגרונד. געוויסע הייפיש שווימען לאנגע שטרעקעס יעדן טאג ווען אנדערע דרייען זיך נאר אין א קליינע געגענט ארום און ארום.


אונטער'ן וואסער

רוב פיש אין ים פארמאגן ספעציעלע שווים פענכער וועלכע העלפט זיי שווימען אונטער'ן וואסער. יעדעס מאל וואס דער פיש שלינגט איין וואסער גייט די גאזיגע טייל פון די וואסער אריין אין די שווים פענכער און דאס מאכט דעם פיש זיך באוועגן אויף ארויף. ווען ער וויל אראפשווימען וועט ער ארויסלאזן די גאזיגע וואסער און דאס וועט אים אויטאמאטיש מאכ'ן זינקן צוליב איר וואג. אלס א גוטער ביישפיל וועלן די וויסנשאפטלער דאס צוגלייכן צו א הייסע לופט באלון וועלכע הייבט זיך דורך ארייננעמען לופט און קומט אראפ דורך ארויסלאזן די לופט.

דער סיסטעם וויאזוי דער הייפיש שווימט ווערט צוגעגליכן צו א פליגער. ער פארמאגט נישט קיין שווים פענכער נאר נוצט זיין אונטערשטן טייל וועלכע די וויסנשאפטלער רופן זיין פראפעלער. עס איז באקאנט אז א פליגער האלט זיך אויף לופט. די מאטארן מאכן דעם פליגער גיין אויף פאראויס דורך אריינציען לופט און איינמאל עס גייט פאראויס אויף א שנעלן ספיד וועט זיך די לופט צעטיילן אונטער און העכער די פליגלן און די לופט אונטער די פליגן וועלן האלטן דעם פליגער. דער הייפיש רוקט זיך פארויס דורך באוועגן זיין פראפעלער און איינמאל ער באוועגט זיך שוין טוט די וואסער וועלכע שטראמט אונטער זיינע פלוספעדערן אים האלטן און אזוי גייט ער העכער און העכער ווען דאס וואסער אונטער אים האלט זיין וואג.

גענוי ווי דער פליגער, פארמאגט דער הייפיש צוויי פאר פלוספעדערן. די גרויסע פלוספעדערן זענען אויסגעשפרייט און די קליינע פון אונטן ליגן אויפ'ן האריזאנטעל פאזיציע. ווען ער וויל שווימען ארויף וועט ער בייגן זיינע פלוספעדערן אויף ארויף וואס דאס וועט ברענגן א גרעסערע שטראם פון אונטען און וועט אים ארויפשטופן העכער. דאס זעלבע וועט ער טאן ווען ער וויל שווימען אראפ, ער וועט בייגן די פלוספעדערן אויף אראפ און וויבאלד מער וואסער וועט שטראמען העכער זיינע פעדערן וועט עס אים אראפזינקן אונטערן וואסער. ווען ער וויל גיין רעכט אדער לינקס וועט ער נוצן זיין אונטערשטע פלוספעדערן (פראפעלער) און פאטשן די וואסער אויף די פארקערטע וועג וויאזוי ער וויל גיין. אויב איר פארשטייט וויאזוי א פליגער פליעט און דער לופטן איז דאס זייער ענליך.

פארשטייט זיך אז מיט דעם באוועגונג סיסטעם איז ער מער פארגעשריטן ווי אלע אנדערע באשעפענישן אין ים און דערפאר איז ער טאקע אן אויסגעצייכנטער פאנגער. רוב פיש באמערקן אפילו נישט דעם הייפיש קומען ווייל ער קען מאכן זייער שנעלע באוועגונגן און זיך אויך אפשטעלן אין א סעקונדע אויב ער וויל מען זאל אים נישט באמערקן.


זיינע חושים

דער הויפט חוש וואס א הייפיש פארמאגט איז זיין אויסגעצייכנטער שמעק. ער האט א ריזיגע נאז מיט וועלכע ער דערשפירט זיין קרבן זייער שנעל און דארף נישט לאנג זוכן עסן. וויסנשאפטלער זאגן אז ער פארמאגט נאך אויסגעצייכנטע חושים צו דערשפירן זיינע קרבנות און שונאים אבער זיי ארבעטן אין א גרופע און אויב ער פארלירט איינע פון זיי דעמאלט טויג ער מער נישט אויפ'ן פעלד. א גרופע וויסנשאפטלער האבן זיך דאס איבערגעצייגט נאכדעם וואס זיי האבן פארקלעפט די נאז לעכער פון א הייפיש און ער האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן צו כאפן אנדערע פיש כאטש ער האט געקענט נוצן זיינע אנדערע חושים.

דער הייפיש'ס הויפט שפור איז בלוט. ער קען דערשפירן בלוט פון מיילן ווייט. ווען ער שווימט פליסט דאס וואסער צו די צוויי זייטן פון זיין לאנגע נאז וועלכע פארמאגט כמו סענסארס אונטער די הויט וועלכע שפירן אויף דאס וואסער אויב עס איז פאראן בלוט אינעם גאנצן ארום. וויסנשאפטלער האבן אמאל אריינגעלייגט א טראפן בלוט אין א אלימפיק סייז שווים באסיין און דער הייפיש האט דערשפירט דאס בלוט אין סעקונדן.

קיין איין באשעפעניש גיט נישט ארויס קיין בלוט אין וואסער סתם אזוי, אבער דער הייפיש דערשפירט בלוט דורך די שוויץ און אפפאל וואס קומט ארויס פון יעדע באשעפעניש. ווען דער באשעפעניש באוועגט זיך קומט ארויס קליינע טיילן שוויץ וועלכע גייט אריין אין דאס וואסער און דער הייפיש דערשפירט אויב דאס איז געקומען פון א לעבעדיגע באשעפעניש וויבאלד ער שמעקט דאס בלוט.

דאס איז אויך דער סיבה פארוואס זיי קומען צו די יבשה שטערן די מענטשן ווייל אויב ער קען דערשפירן די קאלטע בלוט פון פיש דאן קען ער זיכער דערשפירן די ווארימע בלוט פון א מענטש וועלכע באוועגט זיך אין וואסער.

די וועלט זאגט אז אויב מען באגעגענט א הייפיש זאל מען שטיין פארפרוירן און זיך נישט רירן. דאס וועט פארטרייבן דעם הייפיש ווייל ער וועט נישט דערשפירן די בלוט דורך די באוועגונגן אן ער וועט באלד אפטראגן. מיט'ן פחד אז איינער איז דא אים צו אטאקירן. אויסער דעם וואס ער דערשפירט בלוט וועט ער אויך שפירן פון וועלכע זייט עס קומט און ער וועט דאס גרינג נאכגיין.

הייפיש האבן אויך א גוטע חוש פון הערן. זיי קענען הערן שטילערע קולות ווי מענטשן און וועלן הערן א קליינע פיש זיך רירן הונדערטער פיס אוועק.

ווען א הייפיש כאפט זיין קרבן וועט ער ערשט געבן איין בייס דאס צו קאסטן און ער וועט דאס נישט ווייטער בארירן אויב דאס איז נישט אין זיין ארגינעלע דייעט. דאס איז דער סיבה פארוואס מען הערט זעלטן אז א הייפיש האט אומגעברענגט איינעם. אין רוב פעלער וועט דער הייפיש וואס אטאקירט א מענטש אים געבן א בייס און נאכ'ן שפירן דעם טעם וועט ער אפטראגן.

אויסער די אויבנדערמאנטע חושים פון שמעקן און הערן פארמאגט א הייפיש באזונדערע ספעציעלע חושים פון דערשפירן וועלכע אנדערע פיש פארמאגן נישט. וויבאלד די חושים געפינט זיך נישט ביי אנדערע באשעפענישן האבן די וויסנשאפטלער נאך נישט באוויזן צו דערגיין גענוי וויאזוי דאס ארבעט אבער וואס זיי ווייסן איז אז הייפיש פארמאגט ספעציעלע טובס אונטער זייער הויט וועלכע שפירן עלעקטראנישע שטראלן וועלכע ווערט ארויסגעגעבן דורך לעבעדיגע באשעפענישן. ווען דאס וואסער שטראמט אריין אין זייער קערפער וועלן זיי דאס באלד דערשפירן.

נאך א ספעציעלע חוש וועלכע א הייפיש פארמאגט איז א גרופע פון דינע האר אינדרויסן פון זיין קערפער וועלכע דערשפירן אנדערע בעלי חיים דורך די פארשטערקערטע וואסער שטראם. די ספעציעלע חוש ראטעוועט דעם הייפיש פון זיינע פיינט ווען ער שלאפט.

ווי געזאגט ארבעטן די אלע חושים אינאיינעם און דאס מאכט אים זייער סוקסעספול אין וואסער. מיט איינע פון די חושים אליינס טויג ער נישט צו די מלאכה און אפילו ווען נאר איינע פון די חושים ארבעטן נישט איז א האלב פארפאלענער.


זיינע ציינער

ווען איר קוקט אן א הייפיש זעט נישט אויס ווי ער קען בייסן. זיין מויל ליגט אים באהאלטן טיף אונטער זיין לאנגע נאז און ער וואלט געדארפט אויפהייבן זיין גאנצע קערפער צו קענען דעגרייכן עפעס מיט זיין איינציגסטע וואפן.

אין פאקט איז זיין גאנצע בארדביין זייער בייגעוודיג און זיינע מוסקעלן ציען אויס זיין גאנצע מויל ביז די עק פון זיין נאז און זיינע שווערדן שטייען די ערשטע ארויס פון זיין קערפער גרייט צו אטאקירן. דאס איז א ספעציעלע קונץ וועלכע קיין איין לעבעדיגע באשעפעניש קען נישט באווייזן. אלע באשעפעניש מיט ציין (אויך דער מענטש) קענען נאר באוועגן די אונטערשטע טייל פון די בארדביין אבער די אויבערשטע וועלכע איז באהאפטן צו די שארבן קען מען נישט רירן.

דער הייפיש פארמאגט די בעסטע וואפן אין וואסער וועלכע איז זיינע ציינער און בארדביין. זיינע ציינער זענען זייער שארף און זענען דירעקט אויסגעשטעלט צו עסן פלייש. טייל הייפיש האבן באזונדערע שטארקע ציין וועלכע קען אויך צעקראכן הארטע זאכן וועלכע געפינען זיך אונטער'ן וואסער אבער רוב אקטיווע הייפיש וועלן נישט קענען בייסן א הארטע זאך פשוט ווייל זייערע ציינע זענען נישט גענוג שטארק דערפאר.

די קלענערע הייפיש קענען נאר עסן קליינע פיש און פארמאגן א לאנגע רייע פון ציינער וועלכע זענען זייער שפיציג און געדרייעט אויף אריין. די הייפיש שווימען קעגן זייערע קרבנות און שלינגן אריין די פיש אין זייער מויל, געבן זיי איין ביס מיט וועלכע זיי הרגנ'ן זיי, און דערנאך שלינגן זיי דאס אראפ. די גרעסערע הייפיש האבן ברייטע שארפע ציינער וועלכע קען טאן די ארבעט פון א מעסער. די הייפיש פאנגן געווענליך גרעסערע פיש און דארפן זיי אטאקירן עטליכע מאל ווילאנג עס שטארבט און ערשט דערנאך וועלן זיי מאכן א סעודה. געוויסע הייפיש פארמאגן ביידע ערליי ציינער כדי צו קענען האלטן זייער קרבן ווילאנג זיי אטאקירן אים יענער זאל נישט קענען אנטלויפן.

א הייפיש'ס ציינער ווערן געטוישט יעדע שטיק צייט. ווען א ציין ווערט איבערגעארבעט אדער צעבראכן וועט עס ארויספאלן און א נייע וועט צוריקוואקסן. דאס מאכט זיי עפעקטיווע פאנגער וועלכע האבן א שארפן שווערד גרייט צו יעדע צייט.


זיין טאג-טעגליכער לעבן

אין די לעצטע יארן האבן וויסנשאפטלער צוזאמענגעקליבן זייער אסאך אינפארמאציע פון א הייפיש'ס לעבן אבער זיי ווייסן נאך אלץ נישט וואס זיין סדר היום איז וויבאלד רוב הייפיש שווימען אליינס און שווימען צענדליגער מיילן זייער טיף אין די וואסער, אן ארט וועלכע איז זייער שווער פאר מענטשן אנצוקומען. פון צייט צו צייט מאכן זיי מיטינגן אינאיינעם אבער וויסנשאפטלער פארשטייען נישט וואס זיי שמועסן דארט אפ. קיינער פון זיי רעדט נישט און עסט נישט דורכאויס די גאנצע מיטינג.

די קלענערע הייפיש עסן עטליכע מאל א טאג דורך אריינשלינגן פיש אין זייער ריזיגע מויל אבער די גרויסע אקטיווע הייפיש עסן נאר פון צייט צו צייט ווייל זיי ארבעטן זייער שווער צו פאנגן א גרויסע ים באשעפעניש, ווי א ים לייב אדער ים הונט, און דאס מוטשעט זיי אפ זייער שטארק. דער גרויסע הייפיש אטאקירט ערשט און ווארטן ווילאנג דער קרבן שטארבט דורך זיין בלוט אויסגיסונג און דערנאך מאכט ער זיין סעודה.

הייפיש אטאקירן געווענליך אליינס אבער עס קען זיך מאכן אז עטליכע הייפיש וועלן אטאקירן א גרויסע באשעפעניש אינאיינעם. די הייפיש געדענקן זייער גוט וואו דאס בעסטע פלאץ צו זוכן עס איז. אויף טייל ערטער פון די וועלט זענען הייפיש זייער אקטיוו נעבן מענטשליכע פיש כאפער ווייל זיי ווייסן אז די פיש כאפער פארלירן זייער אסאך פון די געפאנגענע פיש און זיי שלינגן דאס איין.

הייפישן ווערן כמעט נישט אטאקירט אין וואסער און די גרעסטע סכנה צו זיי זענען מענטשן וועלכע פאנגן זיי צוליב זייער טייערקייט. הייפישן פארמאגן גוטע הויט, פלייש, און ביין וועלכע ווערן גענוצט פאר פארשידענע צוועקן, אריינגערעכנט עטליכע מעדעצינען.

הייפיש לעבן דורכשניטליך צווישן 25 און 30 יאר אבער קענען לעבן מער ווי 100 יאר. הייפיש געבארן ווייניג קינדער וואס מאכט זייער באפעלקערונג ווייניג אונטערן וואסער. קעגן אנדער פיש מערן זיי זיך זייער לאנגזאם און עס איז א גרויסע פארלוסט ווען איינער פון זיי ווערט פארלוירן.


זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!