רוי:האמסטער

ווערסיע פון 16:46, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (9), ײ ← יי (3), װ ← וו (15))
אן האמסטער

דער האַמסטער איז א נאָגער וואס לעבט אין גאַנץ אייראָפּע. ער האָט אַ קורצן, דיקן קערפּער, קורצע לאַפּקעס און שאַרפע נעגל. זיין האָר האָט פערשיעדענע פאַרבען, פון אויבען גרויליך-ברוין, דער קאָפּ רויט-ברוין מיט געלע און ווייסע פלעקען, דער בויך שוואַרץ, די פיס ווייס. ער גראָבט זיך אויס אינעם פעלד טיעפע לעכער מיט עטליכע אויסגאַנגען.

דער האַמסטער דערנערט זיך מיט אַלעריי פּראָדוקטן, אָבער בשעת די תבואָה ווערט צייטיג אויפן פעלד, דערנערט ער זיך נור מיט קערנער.

אויף ווינטער קלייבט ער אויף אין זיין לאָך גרויסע פאָרראַטען (ביז 25 קילוגראַם) דערהויפּט פון תבואָה-קערנער, אַרבעס, באָב, ווייל דאָס ווערט נישט פערדאָרבען. די קערנער ברענגט ער פון פעלד אין זיינע גרויסע באַקען-טאַשען, וועלכע עפענען זיך אינם מויל. אָבער ווייל ער קאָן נישט אָנקלייבען אַזעלכע גרויסע פאָרראַטען, וואָס זאָלען איהם קלעקען אויפן גאַנצען ווינטער, פערברענגט ער דאָס גרטסטען טייל ווינטער אין שלאָף.

דער האַמסטער ברענגט גרויס היזק די פעלדער, דערצו פארמערט ער זיך זייער שנעל. די נקבה וואַרפט צוויי מאָל אין יאָר צו 6-12 שטיק.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!