רוי:דרך עדותיך (דינאוו)

ווערסיע פון 16:34, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏רעפערענצן: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}})

דרך עדותיך איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין ספר בני יששכר.

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר דרך עדותיך איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.

אינהאלט

דער ספר דרך עדותיך איז א פירוש אויף דעם ספר יהושע.

הסכמות

אויסגאבעס

דער ספר דרך עדותיך איז געדרוקט געווארן צוזאמען מיט דעם ספר פירוש הר"א מגרמיזא מיט הגהות מהרצ"א.

  • פרעמישלא תרמ"ח, ארויסגעגעבן דורך רבי משה שפירא א זון פון רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים
  1. ומעשה ידינו כוננהו

מוסטער:ספרי בית דינאוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!