רוי:אסטוריאס

ווערסיע פון 16:11, 8 דעצעמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "|בילד= |בילד}}↵" ב־"|בילד= ")
אסטוריאס (אויטאנאמישע געמיינדע אין שפאניע)
Comunidad Autónoma del Principado de Asturias
מדינה / טעריטאָריע Flag of Spain.svg שפּאַניע
אָפיציעלע שפּראַך שפאניש
שטח 10,604 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין אויטאנאמישע געמיינדע אין שפאניע
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

1,068,165‏  (שטייענדיג 2013)

100 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
www.asturias.es

דער פרינציפאליטעט פון אַסטוריאַס (אסטוריש: Principáu d'Asturies, שפאניש: Principado de Asturias) איז אן אויטאנאמישע געמיינדע אין צפון שפאניע.

אסטוריאס ליגט אויפן דרום בארטן פון דער בוכטע פון ביסקע (גערופן אין שפאניע "דער קאנטאברישער ים"). אסטוריאס גרענעצט קאנטאבריע צו מזרח, קאסטליע און לעאן צו דרום און גאליסיע צו מערב. ער באשטייט פון איין פראווינץ, דער פראווינץ פון אסטוריאס..

די הויפטשטאט פון אסטוריאס איז אוויעדא (Oviedo), און די צוויי אנדערע גרעסטע שטעט זענען כיכאן (Gijón) אויפן ים־בארטן און די אינדוסטריעלע שטאט אווילעס  (Avilés).

היסטאריע

צוליב דער בערגישער טאפאגראפיע פון צפון שפאניע, איז אסטוריאס קיינמאל נישט געווארן איינגענומען דורך די מוסולמענער, און איז אויך געווארן דער קערן פון וואס די קריסטן זענען ארויסגעגאנגען ווידעראמאל איינצונעמען שפאניע  נאכדעם וואס דאס וויזיגאטישע קעניגרייך איז איינגעפאלן און די מוסולמענער האבן איבערגענומען שפאניע, איז דאס אסטוריאנישע קעניגרייך אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 722.. אלפאנסא דער צווייטער, מלך אויף אסטוריאס צווישן די יארן 791–842, האט איינגענומען גאליסיע און דעם באסק פראווינץ, און האט פארברייטערט די גרענעצן פון דעם קעניגרייך ביז די טויערן פון ליסבאן. אין יענער תקופה האבן קארל  דער גרויסער און דער פויבסט אנערקענט אלפאנסא דער צווייטער ווי דער מלך פון אסטוריאס.

אין יאר 924 האט דאס קעניגרייך פון אסטוריאס געענדערט זיין נאמען צו דאס קעניגרייך פון לעאן, און אין יאר 1230 האט עס זיך פאראייניגט מיטן קעניגרייך פון קאסטיליע. אין יאר 1388 איז אסטוריאס געווארן אן אויטאנאמישער פראווינץ אין קאסטיליע מיט אן אייגענער רעגירונג.

אידן אין אסטוריאס

יידן האבן געלעבט אין אסטוריאס זייט דער רוימישער תקופה ווען אידן זענען אנגעקומען אין דעם איבערישן האלבאינזל ביזן גירוש שפאניע, דער יידישער משפחה נאמען "לוגאסי" שטאטמט ווארשיינדליך פון דעם געגנט פון אסטוריאס.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!