רוי:די אינטערנאציאנאלע זינגליד

ווערסיע פון 16:06, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (14), ױ ← וי (6))

דער אינטערנאַציאָנאַל איז דאָס באַרימטסטע קאמפסליד פון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעטערס באַװעגונג. דער אריגינעלער פראַנצייזישער טעקסט שטאַמט פון אייזשען פּאָטיע, אײנעם קעמפער און דיכטער דער פּאַריסער קאָמונע, װערט אַבער שנעל אין פיל שפּראַכן איבערגעזעצט. די איבערזעצונג אויף דייטש װערט 1910 פון עמיל לוכאַרט געשאַפן, אויסער דער װירטן און פינפטן סטראָפע, די עריך װײנערט 1959 איבערגעזעצטע. די מעלאָדי קאָמפּאָניערטע פּיער דעגײטער 1888.


‫טעקסט ‬

‫דער אינטערנאַציאָנאַל

שטײט אויף, איר אַלע, װער ווי שקלאַפן,
אין הונגער לעבן מוז, אין נויט!
דער גייסט - ער קאָכט, ער רופט צו װאָפן
אין שלאַכט אונדז פירן איז ער גרײט.
די װעלט פון גװאַלדטאַטן און לײדן
צעשטערן װעלן מיר און דאַן
פון פרייהײט, גלייכהײט אַ גַן־עֵדֶן
באַשאַפן װעט דער אַרבעטסמאַן.
(צוזונג)
דאָס װעט זיין שוין דער לעצטער
און ענטשידענער שטייט!
מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל
שטײט אויף, איר אַרבעטסלייט! ‬

ניין, קיינער וועט אונדז ניט באַפרייען: ‬
ניט גאָט אליין און ניט קיין העלד- ‬
מיט אונדזער אייגענעם כּלֵי־זַיִן ‬
דערלייזונג ברענגען מיר דער וועלט. ‬
די גרויסע שטורעם־טעג זיי וועלן ‬
נאָר פאַר טיראַנען שרעקלעך זיין; ‬
זיי קאָנען אָבער ניט פאַרשטעלן ‬
פון אונדז די העלע זונען־שיין. ‬
(צוזונג) ‬

דער ארבעטסמאַן וועט זיין מֶמשָלָה ‬
פערשפרייטן אויף דער גאַנצער ערד, ‬
און פאַראַזיטן די מַפָּלָה ‬
באַקומען וועלן פון זיין שווערד. ‬
אַראָפ דעם יאָך! גענוג געליטן, ‬
גענוג פאַרגאָסן בלוט און שווייס! ‬
צעבלאָזט דעם פייער, לאָמיר שמידן ‬
כֹּל־זמאַן דאָס אייזן איז נאָך הייס! ‬
(צוזונג) ‬


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!