רוי:איסלאם

ווערסיע פון 13:39, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ױ ← וי, װ ← וו (3), וכדו' ← וכדומה)
סימבאל פון איסלאם

‫איסלאַם (אראביש: إسلام) איז אַ מאָנאָטעיִסטישע רעליגיע וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן דורך מוחמד, אינעם 7טן יארהונדערט אין דעם אראבישן האלבאינזל.

היסטאריע

 
קאראן

מוחמד האט אנגעגעבן אז ער האט געהאט א חזיון פון מלאך גבריאל, וועלכער האט אים מבשר געווען די בשורת האמונה און אים אנגעבאטן דאס צו פארשפרייטן. מוחמד האט באלד דערנאך אנגעהויבן צו פארשפרייטן די נייע רעליגיע, און האט זיך געשאפט פילע נאכפאלגער. דאס ערפאלג פון דער נייער באוועגונג האט אים געגעבן שטיצע אויף אנצוגיין ווייטער, און מוחמד האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קאמפיין איבער צו פירן אלע מענטשן פון זיין לאנד, און דערנאך פון די ארומיגע לענדער, צו זיין גלויבן.

דאס איסלאמישע גלויבן האט געפועל'ט אויף צו פאראייניגן דאס אראבישע פאלק, וועלכע זענען ביז דאן געווען פארשפרייט אין פילע שבטים איבער די מדבריות פון אראביע, און זיי אויפגעבויעט אלץ א מעכטיגע סאציעלע און מיליטערישע קראפט. א גייסט פון קנאות האט געשוועבט צווישן די ניי-גלויביגע מוסולמענער, און זיי האבן זיך אנגעגארטלט צו פארשפרייטן איסלאם צו אלע פעלקער ארום. דאס האט געפירט צום אויפבוי פון דעם אראבישן אימפעריע אונטערן פירערשאפט פון דעם קאליף, און האט אריינגענומען פילע לענדער אין אזיע ביז אין ווייטן אייראפע.

עס איז דאָ היינט אין דער וועלט אומגעפער 1.3 מיליאַרד מוסולמענער.

יסודות פון איסלאם

דאס איסלאמישער גלויבן פארלאנגט מען זאל גלויבן אין איין איינציגער גאט און אין זיינע נביאים. זיי נעמען אן אלע נביאים פון דער תנ"ך, אריינגערעכנט די אבות, משה, שמואל, דוד, וכדומה. אויך גלייבן זיי אין דעם ברית חדשה פון די קריסטן, און האלטן אז ישו הנוצרי איז געווען א נביא אבער נישט קיין גאט. זיי גלייבן אז מוחמד איז געווען דער לעצטער נביא, און עס איז א פליכט אויף דער מענטשהייט אנצונעמען זיינע לערנונגען אלץ די רייד פון גאט. זיינע לערנונגען זענען געווארן אפגעשריבן אין דעם קוראן, וועלכע איז דאס הייליגע בוך פאר מוסולמענער.


די פינף עמודים

איסלאם פארלאנגט טריישאפט צו די פאלגענדע פינף הויפט פרינציפן.

שאַהאַדאַ (עדות זאגן - סהדא) - דער וויכטיגסטער פרינציפ אין איסלאם איז צו ערקלערן מיטן מויל אז קיינער איז נישט ווערט מען זאל אים דינען נאר גאט אליין, און אז מוחמד איז דער שליח פון גאט. דער פרינציפ מוז געזאגט ווערן ביי יעדן תפלה, און מיט דעם דעקלעראציע ווערט א נישט-מוסולמענער אפיציעל אריבער געברענגט צו איסלאם.

סאַלאַתּ (געבעט - צלאה) - מוסולמענער מוזן אפרעכטן סאַלאַתּ (תפלות) פינף מאל א טאג אלץ אן אקט פון שעבוד און קבלת עול צו גאט. דאס ברויך דינען אלץ א דערמאנונג אויף זיך צו פירן אויפ'ן גוטן וועג און זיך צוריקהאלטן פון שלעכטס. דאס אפרעכטן די תפלות האט א ספעציעלן סדר, וועלכע רעכנט אריין ווידוי בפה מיט קניען און בוקען, וואס מוסולמענער גלייבן אז דער מלאך ג'יבריל (גבריאל) האט אויסגעלערנט פאר מוחמד.

זאַקאַתּ (געבן צדקה - זכאה) - געבן צדקה פאר ארימעלייט און אנדערע באדערפנדע מוסולמענער פון דעם אייגענעם רכוש. דער פרינציפ איז געמאכט אויף צו פארגרינגערן עקאנאמישע שוועריגקייטן און אויף צו פארמיידן אומגלייכהייט ביי מענטשן.

צאַום (פאַסטן - צוֹם) - מוסולמענער זענען אנגעבאטן צו פאסטן אין דעם חודש פון ראַמאַדאַן. עס איז דאן פארבאטן צו עסן און טרינקען פון אינדערפרי ביז'ן זון אונטערגאנג. אין דעם חודש ווערט מען אנגעבאטן זיך אריינצוקלערן אין די מעשים וואס מען טוט, און זיך ספעציעל צוריקהאלטן פון זינד און זיך פאָרנעמען גלייכע פירונגען אויפ'ן עתיד.

חאַג' (פייערונג - חג) - דער חאַג' איז דער געבאָט אויף עולה רגל צו זיין כאטשיג איין מאל אין לעבן צו דעם קאַאבּאַ אין דער איסלאמישע הייליגע שטאט מעקאַ. דער חאַג' קומט פאר אין דעם חודש דוּ-אַל-כידזאַ, און איז א געבאָט פאר יעדער מוסולמאן וואס קען דאס פיזיש און פינאנציעליש מקיים זיין.

פון די איסלאַמישע געזעצן

  • ווען איינער מארדעוועט א צווייטן מעג איינער פון דעם קרבן'ס משפחה נקמה נעמען און הרגענען דעם פארברעכער אזוי ווי ס'איז געווען ביי די יידן אין די צייטן פון דער תורה. אזוי ווי עס שטייט: מוֹת-יוּמַת הַמַּכֶּה, רֹצֵחַ הוּא: גֹּאֵל הַדָּם, יָמִית אֶת-הָרֹצֵחַ--בְּפִגְעוֹ-בוֹ במדבר ל"ה


לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!