רוי:ארגאניזאציע

ווערסיע פון 23:30, 8 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 67 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q43229 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א ארגאניזאציע איז די סאציאלער ארגאניזרונג וואס דארף נאכקומען קאלעקטיווע צילן, וואס קאנטראלירט איר אייגענע פארשריט און אויפגאבעס, און וואס האט א גרעניץ וואס טיילט איר אפ פון איר סביבה.

די ווארט פאר זיך קומט פון א גריכיש ווארט וואס מיינט א געצייג.

די טערמין איז גענוצט סיי אין סייענטיפישער שפראך און סיי אין נארמאלער טאג טעגליכן לעבן אויף פארשידענע וועגן.

און די סאציאלע וויסשאפטן, זענען ארגאניזאציעס שטודירט דורך פארשער פון פארשידענע דיסציפלין'ען. מערסטענס אין סאציאלאגיע, עקאנאמיק, פאליטישע וויסנשאפט, פסיכיאלאגיע, פארוואלטונג, און ארגענצעזאציע קאמיניקאציע. דאס זענען די ברייטע פעלד פון וואס מ'רעדט געוויינליך ביים דערמאנען און דאס אנרופען אלס ארגאניזאציע שטודיעס, ארגאניזאציע אויפירונג אדער ארגאניזאציע אנאליז. דעריבער, איז פארהאן פארשידענארטיקע טעאריעס און פערספעקטיווס איבער דעם מהלך, טייל זענען אייניג אויסגעשטעלט און טייל זענען קעגנארטיק.

  • ארגאניזאציע - בנוגע א פראצעס: א זאך וואס ווערט ארגענאזירט (ארגאניזאציע אלס אויפגאבע אדער אקט).
  • ארגאניזאציע - פונקציעאל: ארגאניזאציע אלס א פונקציע וויאזוי זאכן ווי ביזנעסער אדער רעגירונגער אטויריטעטן זענען פארנוצט און ארבייטען (ארגאניזאציע אלס א פערמענאטער סטרוקטאר).
  • ארגאניזאציע - אינסטיטוציע: א זאך איז אן ארגאניזאציע (ארגאניזאציע אלס אן אקטועלער ציל סטרוקטאר אינערהאלב א געזעלשאפטליכער קאנטעקסט).