רוי:אקסיסאל

ווערסיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

אקסיסאל

אקסיסאל (ענגליש: Oxisol) איז א מין באדן פון דער באדן סיסטעם פון דער ארגיקולטור דעפארטאמענט פון די פאראייניגטע שטאטן. צום מערסטן, אקסיסאל ווערט געפונען אין רעגנוואלדן, וואס זענען במשך 15-20 גראד אויף צפון און דרום זייט פונעם עקוואטאר.

די עיקר'דיגע טיילן פונעם שאפונג פון אקסיסאלן זענען דער וועטער, ארגאנישע מאטעריעס און פארמישונג ביי בעלי חיים. אקסיסאלן זענען אייביג פון א רויטן אדער געלן קאליר, ווארום זיי האבן א גרויסע קאנסענטראציע פון אייזן און אלומיניום. זיי אנטהאלטן אויך קווארץ, קאאלין און ליים.