רוי:צעציליע דינערע
[[טעקע:|קליין|צעציליע דינערע]] צעציליע דינערע (לעטיש: Cecīlija Dinere; 25סטן דעצעמבער 1919, קרעסלאַווע, לעטלאַנד – 18טן יולי, 1996, בת-ים, ישראל) איז געווען אַ לעטישע דיכטערין, פּראָזע-שרײַבערן און איבערזעצערין פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.
לעבנסגעשיכטע
צעציליע דינערע (דינער) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קרעסלאַווע, וואָס האָט געהאַט אַן עטניש געמישכטע באַפעלקערונג (ייִדן, לעטן, פּאָליאַקן, ווײַסרוסן און רוסן). אין 1923 האָט קרעסלאַווע באַקומען דעם סטאַטוס פון שטאָט. צעציליע דינערס מאַמע-לשון איז געווען ייִדיש, אָבער זי האָט זיך געלערנט אין דער לעטישער גימנאַזיע פון קרעסלאַווע. די גימנאַזיע האָט זי פאַרענדיקט אין 1936. אין 1941 האָט די קומענדיקע דיכטערן פאַרענדיקן אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין דער שטאָט רעזשיצע (מזרח-לעטלאַנד). בעת דער דײַטשיש-סאָוועטישער מלחמה האָט צעציליע דינערע געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי אַלס ראַדיסטקע. זי האָט דעביוטירט אין דער לעטישער ליטעראַטור אין 1943. במשך פון איר לעבן האָט צעציליע דינערע אַרויסגעגעבן אַריבער 50 ביכער, בתוכם ביכער פאַר קינדער און איבערזעצונגען פון פראַנצויזיש, דײַטש און רוסיש אין לעטיש.
אין 1990 איז צעציליע דינערע עולה געווען קיין ישראל, וווּ זי האָט פאַרבראַכט אירע לעצטע יאָרן.
משפחה
איר טאכטער איז די מאלערין לילי דינערע
וועבלינקען
- אַנדרייס יאַקובאָווסקיס "דער 90טער געבורטסטאָג פון צעציליע דינערע" (אויף לעטיש)
- אלכסנדר קאָברינסקי "די לעטישע אַכמאַטאָוואַ" (אויף רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!