רוי:סאמערסעט
|
סאַמערסעט (ענגליש: Somerset) איז א גראפנשאפט אין דרום־מערב ענגלאנד. די צערעמאניע־גראפנשאפט פון סאַמערסעט גרענעצט בריסטאל און גלאסטערשיר צו צפון, ווילטשיר צו מזרח, דארסעט צו דרום־מזרח און דעוון צו דרום־מערב. צו צפון־מערב ליגן דער בריסטאל קאנאל און דער סעווערן טייך. סאַמערסעט באדעקט א שטח פון 4,171 קוואדראט ק"מ.
די גראפנשאפט שטאט איז טאנטאן אין דרום.
דער הויפט געשעפט אין סאַמערסעט איז לאנדווירטשאפט, איבערהויפט שאף און פיך.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: סאמערסעט |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!