רוי:טשאטיסגארה
|
טשאַטיסגאַרה (ענגליש: Chhattisgarh; הינדי: छत्तीसगढ़) איז איינער פון די 29 שטאטן פון אינדיע. ער געפינט זיך אין צענטראל-אינדיע, ארומגענומען מיט אוטאר פראדעש אין צפון, דזשארקהאנד אין צפון־מזרח, אדישא אין מזרח, טעלאנגאנע און אנדרא פראדעש אין דרום, מאהאראשטרא אין דרום־מערב און מאדהיא פראדעש צו צפון־מערב. טשאַטיסגאַרה איז געשאפן געווארן דעם 1טן נאוועמבער 2000 פון די 16 דרום־מזרחדיקע דיסטריקטן פון מאדהיא פראדעש.
די הויפטשטאט איז רייפור. די שפראכן פון דעם שטאַט זענען הינדי און טשאטיסגאריש.
טשאַטיסגאַרה באדעקט א שטח פון 135,194.5 ק"מ², און איז דער צוועלפטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט שטח. מיט א באפעלקערונג פון 25,545,198 מענטשן (אין 2011), איז טשאַטיסגאַרה דער 16סטער גרעסטער שטאַט פון אינדיע לויט באפעלקערונג.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
- [{{#אייגנשאפט:p856}} אפיציעלע וועבזייטל]
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!