רוי:אנטיגונוס דער ערשטער

ווערסיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

אנטיגונוס דער ערשטער א גענעראל פון די חשמונאים, דער זון פון יוחנן הורקנוס דער ערשטער. געבוירן אין יאר 135 איידער די ציווילע רעכענונג, און געשטארבן אין יאר 104 איידער די ציווילע רעכענונג.

ווען זיין טאטע האט געלעבט, האט ער און זיין ברודער יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, איינגענומען צוזאמען די שומרון, נאכדעם וואס זייער טאטע איז געשטארבן, און אריסטובולוס האט פארכאפט די מאכט, האט אריסטובולוס איינגעשפארט זייער מאמע, און געשוויסטער אין טורמע, אנטיגונוס האט ער געשטעלט אלס גענעראל איבער די ארמיי.

אנטיגונוס איז געווארן זייער פאפולער, נאכן זיגן און איינעמען די גליל, און אריסטובולוס האט מורא באקומען, אויב זיין ברודער וועט נישט פרובירן, אוועקנעמען די מאכט פון אים. דעריבער האט ער באפוילן, אז קיינער טאר נישט אריינקומען צו אים מיט געווער, און ווער עס וועט זיך דערוואגן צו קומען, וועט ער אומגעברענגט ווערן אויפן פלאץ.

די קעניגן האט פיינט געהאט אנטיגונוס, און דעריבער אים געלאדענט, ער זאל קומען צו דעם קעניג, מיט זיינע מונדירן און געווער, ווי עס פאסט פאר א גענעראל, די וועכטער אין פאלאץ האבן אים אומגעברענגט אויפן פלאץ.

אריסטובולוס, האט זיך ארומגעטראגן שולד געפילן, און אזוי אויך זייענדיק קראנק, האט דאס פארערגערט זיין קרענק, און ער איז געשטארבן.