לבן הארמי ("לבן פון [דעם לאנד] ארם") איז געווען דער זון פון בתואל, דער ברודער פון רבקה.

דער מדרש[מקור פארלאנגט] ברענגט אז די ווייב פון לבן האט געהייסן עדינה. לבן איז געווען דער פאטער פון די צוויי אמהות רחל אמנו און לאה אמנו. דער מדרש[1] זאגט אז די אנדערע צוויי אמהות, בלהה און זלפה, זענען אויך געווען זיינע טעכטער, נאר זיי זענען געבוירן געווארן פון א פלגש.[2]

וויבאלד לבן איז געווען דער ברודער פון רבקה, איז ער געווען א שוואגער פאר יצחק און א פעטער פאר יעקב. ווען יעקב האט חתונה געהאט מיט לאה און רחל, איז לבן געווארן זיין שווער. פון נאך א פלאץ איז ער געווען צו זיי א קרוב, וויבאלד בתואל, לבנ'ס טאטע, איז געווען דער זון פון נחור, וועלכער איז געווען א ברודער מיט אברהם. לויט חז"ל איז אויך מלכה, די מאמע פון בתואל, געווען א שוועסטער מיט שרה אמינו.

אין די פסוקים זעט מען אז לבן איז געווען געלטגייציג, א פאָפער, און אן עובד עבודה זרה. נאכדעם וואס יעקב האט געארבעט ביי אים צוואנציג יאר און לבן האט אים גאר שטארק אויסגעניצט, האט יעקב מער נישט געקענט אויסהאלטן און ער האט געמאכט פליטה. לבן איז נאכגעלאפן יעקב און איז גרייט געווען צו הרג'ענען אים מיט אלע קינדער, נאר דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים און אנגעווארנט ער זאל נישט טשעפען יעקב. חז"ל פאררעכענען לבן אלס ערגער פון פרעה, וויבאלד פרעה האט געהייסן הרג'ענען נאר די זכרים אבער לבן האט געוואלט אומברענגען דעם גאנצן דעמאלטדיגן כלל ישראל. ווי עס שטייט אין דער הגדה של פסח: "צא ולמד מה ביקש לעשות לבן הארמי ליעקב אבינו, שפרעה לא גזר אלא על הזכרים, ולבן ביקש לעקור את הכל."

לבן האט געלעבט וויניגסטנס 132 יאר. ער איז געשטארבן אין יאר מוסטער:לינק צו א יידיש יאר.

  1. בראשית רבה עד,יג
  2. פרקי דרבי אליעזר לו