רוי:אנדרע בואקלער

ווערסיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

אנדרע בואַקלער

אנדרע בואקלער (פראַנצויזיש: André Boisclair; געבוירן אין מאנטרעאל 14טן אפריל 1966) איז געווען דער פירער פון די פי-קיו פארטיי אין קוויבעק.

בואקלער האט געדינט אלס א מיניסטאר אין דער פי-קיו רעגירונג אונטער פרעמיער לוסיען בושארד און האט געווינען די פירערשאפט אין 2005 נאכדעם וואס בערנארד לאנדרע האט רעזיגנירט אלס פארטיי פירער. בואקלער איז ערוועלט געווארן אלס א יונגער פירער וועלכע האט געזאלט אויפפרישן די פארטיי וועלכע איז באטראכט אלס א ווייסע פראנצויזישע בעיבי בומער פארטיי און אריינברענגען פרישע יונגע שטיצע. בואקלער האט אבער דערווייל פארפעלט דאס צו טאן ווען זיין פארטיי האט פארלוירן די 2007 וואלן און איז געפאלן צו דריט אונטער די ליבעראלן און די עי-די-קיו.

בואקלער איז דער איינציגסטער פאליטישער פארטיי פירער אין צפון אמעריקע וועלכער איז אן אפענער געי.