רוי:רבי שמשון חיים נחמני

ווערסיע פון 22:50, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

רבי שמשון חיים נחמני (ה'תס"ו – ו' אלול ה'תקל"ט) איז געווען א גרויסער רב, מקובל, מחבר ספרים און דיכטער, אין איטאַליע. ער האט געדינט אלס רב אין א צאל קהילות אין צפון איטאליע, און ווערט פאררעכנט פון די גרעסטע רבנים אין לאנד. היינט איז ער מערסטנס באקאנט מיט זיין הייליגן סגולה'דיגן ספר זרע שמשון.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין שטאט מאדינא (היינט אין איטאליע) צו זיין פאטער הרב נחמן מיכאל נחמני, און מוטער - די טאכטער ​​פון רבי יהודה מצליח פון פאדאווע, דער רב פון דער קהילה אין מאדינא. ער האט געלערנט ביי רבי אפרים כהן ליפשיץ פון אוסטראה, דער מו"ץ אין מאדינא, און שפעטער אין מאנטאווא האט ער געלערנט ביי רבי דוד פינצי - דער שווער פונעם רמח"ל - און ביי רבי אביעד שר שלום באזילא, דער מחבר פונעם ספר "אמונת חכמים". אויף קבלה איז ער געווען א תלמיד פון רבי בנימין הכהן וויטאלי, דער רב פון דער שטאט רעגיא-עמיליא אין איטאליע.

נאָכן לערנען אין מאנטאווע, איז ער אַריבער קיין פיזא, און דאָרט האט ער אוועקגעשטעלט גרויסע תלמידים און פאַרשפּרייט תורה צווישן די מאַסן. שפעטער איז ער אריבערגעפארן קײן סיינא, און שפעטער זיך אומגעקערט צו זיין הײמשטאט מאדינא, װאו ער האט געדינט אלס רב הקהילה.

אין יאר תצ"ד (1733), האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית דבורה בת הרב אברהם פאנטאנילא, און געהאט איין בן יחיד, אבער דאס איינציג קינד איז אלץ קליין קינד נפטר געווארן, און ער האט מער נישט געהאט קיין קינדער.

אין יאר תצ"ט (1739), נאך דער פטירה פונעם רב אין שטאט, הרב ישעיהו מרדכי באסאן, איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אויף זיין ארט, און דארט האט ער מחבר געווען זיינע פילע ספרים.

ער האט זיך אויסגעקענט אין אלע תורה טיילן, אין נגלה און נסתר צוגלייך, און איז געווען א שטארקער מחמיר אין הלכה.

צווישן זיינע בארימטע תלמידים וואס ער האט אוועקגעשטעלט, איז געווען זיין פלימעניק, רבי דוד זכות, פון די גרויסע רבנים אין איטאליע, און רבי ישראל בנימין באסאן, א זון פון רבי ישעי' באסאן. און זיין גאנץ לעבן האט ער שטארק פארארבעט, אוועקצושטעלן דאס יודיש-תורה'דיגע לעבן אין איטאליע ווי עס דארף זיין.

זייענדיג א גוטער בעל דרשן, און פארפאסער פון שירים ופיוטים, איז אבער בלויז א טייל געדרוקט געווארן דורך זיינע תלמידים.

זיין פטירה

אום תשעה באב ה'תקל"ט (יולי 1779) איז ער געפאלן און שטארק פארוואונדעט געווארן, און בערך א חודש שפעטער איז ער נפטר געווארן אין שטאט ריגיאו-אמיליא.

אין זיין צוואה האט ער באפוילען צו צעטיילן זיין פארמעגן פאר ארימעלייט פון שטאט, ספעציעל פאר בני תורה, און אז מ'זאל נישט רעדן פון זיינע שבחים, בלויז דאס - אז ער האט געוואלט מזכה זיין דעם רבים און אויפשטעלן תלמידי חכמים, אזעלכע וואס זאלן קענען מחדש זיין ריכטיגע תורה געדאנקען. אלע רבנים אין גאנץ איטאליע האבן אים שטארק מספיד געווען, און ער איז באהאלטן געווארן אינעם ארטיגן בית עלמין, אבער 30 יאר שפעטער האט די רעגירונג אריבערגעפירט אלע קברים צו א נייעם ארט, און ס'נישט אנגעצייכנט היינט צוטאגס גענוי ווי ער ליגט.

זיינע ספרים

ער האט מחבר געווען אסאך ספרים, בעיקר אויף קבלה, אבער האט שפעטער זיי באהאלטן און נישט געוואלט ארויסגעבן.

דער חיד"א דערמאנט עהם אין זיין ספר 'שם הגדולים' ווי פאלגענד; "שמעתי שהוא היה בקי בקבלה מעשית וציווה לגנוז כל ספריו בקברו". אויף יידיש; איך האב געהערט אז ער איז געווען אויסגעקענט אין פאקטישער קבלה, און האט באפוילן צו באהאלטן די אלע ספרים אין זיין קבר.

בלויז צוויי ספרים אינגאנצן האט ער יא ארויסגעגעבן, אז ס'זאל בלייבן פון אים אן אנדענק, זייט ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער נאך זיך.

  • זרע שמשון - אויף תורה און חמש מגילות.
  • תולדות שמשון - אויף פרקי אבות.

ער האט צוגעזאגט, אז ווער ס'וועט לערנען זיינע ספרים, וועט באגליקט ווערן מיט גאר שטארקע ברכות און ישועות. און דאס איז איינס פון די דברי הבטחה:

"ועיניכם תראינה בנים בני בנים כשתילי זיתים סביב לשולחנכם חכמים ונבונים, בתים מלאים כל טוב גם עושר גם כבוד לא יסופו מזרעכם"

אסאך יידן זעען היינט גרויסע ישועות, א דאנק דער זעלטענער הבטחה פונעם בעל מחבר אלץ א סגולה אין אלע ענינים. און דאנק דעם זענען די ספרים איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל, און אויך מיט נקודות, און אויף עטליכע שפראכן.

לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!