רוי:רבי שמעון בר אבא

ווערסיע פון 22:50, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)

ר' שמעון בר אבא איז געווען א תלמיד פון רבי יוחנן ער האט געלערנט פאר אים (סוף בכורות). ער האט אים אויך באדינט, געווען א מאל וואס ער האט אים געגעבן זיין שיך אנצוטון (ירושלמי שבת פ"ו ה"ב)

דער ירושלמי (ברכות פ"ב) רופט אים אן א מדקדק במצוות.

ער איז געווען א קלוגער מענטש און האט פארשטאנען אפצושאצן וויפיל א בריליאנט שטיין איז ווערד, אבער דאך איז באשערט געווען פאר אים ארימקייט, דער מדרש (קה"ר אויפן פסוק לא לחכמים לחם) זאגט אויף אים דעם פסוק: לא לחכמים לחם, נישט אייביג האט די קלוגער האבן ברויט.

די חכמים האבן אים דירעקט געגעבן ארבעט כדי ער זאל האבן פרנסה, ר' יוחנן פלעגט דירעקט שיקן צו אים ער זאל אויסקלויבן פאר אים געלד וואס איז גוט און וואס איז שלעכט. ר' אלעזר איז אמאל געגאנגען פאר אים און האט אראפגעווארפן א מטבע כדי ער זאל עס טרעפן און האבן געלד (ירושלמי ב"מ פ"ג ה"ג), אילופוסה פלעגט אים געבן זיינע מעשרות (ירושלמי ברכות פ"ב).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!