שיקאַגאָ (ענגליש: Chicago) איז די גרעסטע שטאָט אינעם שטאַט אילינויס פלאצירט אויף די דרום-מערבדיקע ברעגן פון דער מישיגן אזערע, איינע פון די גרויסע אזערעס. מיט מער ווי 2.8 מיליאן מענטשן, איז זי די דריטע גרעסטע שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן.

דעמאגרפיע

רוב איינוואוינער פון דער שטאט זענען ווייסע פראטעסטאנטן אבער, אזוי ווי אין אנדערע גרויסע שטעט, איז דער פראצענט פון שווארצע אין דער שטאט העכער ווי אין דער גארער באפעלקערונג פון די פאראייניגטע שטאטן. זייט די 1990טע יארן האבן אימיגרירט אין שיקאגא סערבן און מענטשן פון האיטי.


פארגלייכן קוק אויף דער באפעלקערונג פון שיקאגא
צענזוס 2000 שיקאגא אילינוי פאראייניגטע שטאטן
באפעלקערונג 2,896,016 12,419,293 281,421,906
פראצענט ענדערונג צווישן 1990 און 2000 +4.0% +8.6% +13.1%
דורכשניט הויסגעזניט הכנסה (1999) $38,625 $46,590 $41,994
אוניווערסיטעט גראדואנטן 25.5% 26.1% 24.4%
געבוירן אין אויסלאנד 21.7% 12.3% 11.1%
ווייסע 41.97% 73.5% 75.1%
שווארצע 36.77% 15.1% 12.3%
היספאניקן (ווייסע און שווארצע) 26.02% 12.3% 12.5%
אזיאטן 4.35% 3.4% 3.6%

טראנספארט

די אמטראק פירמע אפערירט צווישנשטאטישע באנען וואס שטעלן זיך אפ אין שיקאגא און קומען אן צו פארשידענע צילן אין אילינוי און ווייטער קיין מילוואקי, אינדיאנאפאליס, סאנט לואיס, און דעטרויט. די אמטראק באן סטאנציע אין שיקאגא איז יוניאן סטאנציע.

רעליגיע

די גרעסטע רעליגיע צווישן דער באפעלקערונג פון שיקאגא איז קריסטנטום. אויך וואוינערן אין דער שטאט אנהענגער פון יידישקייט, איסלאם, בודהיזם, דזשייניזם, סיקהיזם און באהיי.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!