רוי:אלקאהאליזם

ווערסיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

די קראנקייט אלקאהאליזם איז אדיקציע צו אלקאהאל, דאס הייסט, דאס אייננעמען אדער פארנעמען זיך מיט אלקאהאלישע געטראנקען אויף אזוי ווייט, אז די אויפפירונג פארדרייט דאס נארמאלע פערזענלעך, משפחה-, סאציאל, אדער ארבעט-לעבן פון אלקאהאליקער. דאס טרינקען אלקאהאל אין גערעם פון אלקאהאליזם קען דערפירן צו פסיכאלאגישע און פיזיאלאגישע שאדן, און לסוף - צום טויט. דער אלקאהאליזם איז איינע פון די סאמע ערנצטע דראג-פראבלעמען אויף דער וועלט.